Oyneg Shabes

דער גבֿית־עדות פֿון לעאָן דזשייקאָבס

The Testimony of Leon Jacobs

  • Print
  • Share Share

נישט גענוג גבֿית־עדותן פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה האָט מען פֿאַרשריבן אויף ייִדיש. צו אָפֿט הערט מען ווי די לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן מוטשען זיך צו דערציילן זייערע איבערלעבונגען אויף אַ שלעכטן ענגליש אָדער עבֿריתּ, אויפֿן אָרט פֿון אַ היימישן ייִדיש.

דער טראַנסילוואַנער ייִד, לעאָן דזשייקאָבס, האָט, פֿאַר זײַן שיל, מסכּים געווען צו דערציילן זײַנע זכרונות, און דערמיט האָט מען אויפֿגעכאַפּט אַ געוואַלדיקן אוצר פֿון שפּראַך און געשיכטע, כאָטש דאָס וואָס ער דערציילט איז אַזוי שרעקלעך און גרויליק. זײַן גבֿית־עדות האָט מען אײַנגעטיילט אין פֿיר עפּיזאָדן, און מיר ברענגען אײַך דעם ערשטן עפּיזאָד.

די אַנדערע דרײַ טיילן קען מע זען אויף „יו־טוב‟ —

צווייטער טייל: //www.youtube.com/watch?v=TdzB3ORSngE

דריטער טייל: //www.youtube.com/watch?v=V7hSQoxmPEQ

פֿערטער טייל: //www.youtube.com/watch?v=iZskjk0FNg4