Oyneg Shabes

אַז מע לאַכט מיט יאַשטשערקעס

Laughing Through Tears

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

  • Print
  • Share Share

כ’האָב געהאַט צװײ גוטע פֿרײַנד, בײדע ייִדן, בײדע שרײַבערס, בײדע געװעזענע קאַצעטניקעס. אַרעלע לוסטיג (Arnost Lustig, 2011-1926) פֿון פּראָג, טשעכיע און הערשל־צבֿי כּנר (Hersz Kanar, 2009-1929) פֿון קעלץ, פּױלן. אַרעלע לוסטיג האָט אָנגעהױבן זײַן „לאַגער־סטאַזש‟ אין טערעזין, ממשיך געװען אין אױשװיץ, איבערגעפֿירט געװאָרן קײן בוכענװאַלד, און פֿון דאָרטן איז ער אַנטלאָפֿן בעתן טױטנמאַרש. הערש־צבֿי כּנר האָט דורכגעמאַכט זעקס לאַגערן, דורכגעלעבט צװײ טױטנמאַרשן, און פֿאַרענדיקט די מלחמה אין בוכענװאַלד. מיט אײן װאָרט, צװײ „שײנע‟ יוגנט־ביאָגראַפֿיעס, אױף אַלע אונדזערע שׂונאים געזאָגט געװאָרן. נאָר װאָס?… בײדע האָבן ניט אױפֿגעהערט צו שפּאַסן און אױסלאַכן אַלץ, װאָס האָט זיך נאָר געלאָזט אױסלאַכן.

אײן מאָל, אין יאָר 2007, נאָך דער פּרעמיערע פֿון מײַן קאָמעדיע „קאַנדל־צוקער‟ אין דרעזדען, צו װעלכער אַרעלע לוסטיג, שוין ווײַט ניט קיין יונגער מענטש, איז געקומען פֿון פּראָג מיט זײַן יונגער קאָכאַנקע, האָט ער, נאָך אַ פֿעסל ביר, אײַנגערױמט מיר אין אױער אַרײַן: „מיכאל־סערצע, זאָלסט װיסן, די שענסטע יאָרן מײַנע האָב איך פֿאַרבראַכט אין טערעזינשטאַט. אַזאַ ליבע װי איך האָב געשפּילט אין טערעזין, איז בײַ מיר מער קײן מאָל ניט געװען. איך האָב געלאַכט דעם טױט אין פּנים אַרײַן און געמאַכט פֿון אים חוזק. געלאַכט, ליב געהאַט… און געװען איבער גליקלעך.‟ און ער האָט דערצײלט אײנע פֿון די טױזנטער קוריאָזנע מעשׂיות, װעלכע איז פֿאָרגעקומען אין דער צײַט פֿון דער מלחמה.

■ אין סאַמע ברען פֿון דער מלחמה האָבן די דײַטשן אָנגעהױבן צו בױען אין האָלאַנד אַ מאַקעט פֿון כּלומרשט אַ געהײמען מיליטערישן אַעראָדראָם. די עראָפּלאַנען, די אױטאָס, די אַנגאַרן, די שוצמיטלען — אַלץ איז געמאַכט געװאָרן פֿון האָלץ. גלײַך אין מיטן דעם סודותדיקן בױען פֿון דעם „אַעראָדראָם‟ איז געקומען צו פֿליִען אַן ענגלישער באָמבען־װאַרפֿער און אַראָפּגעװאָרפֿן אױפֿן אַעראָדראָם אַן אײן און אײנציקע באָמבע. די דײַטשן האָבן גלײַך אָפּגעשטעלט די בױוּנג, װײַל די באָמבע איז געװען… פֿון האָלץ. „נו, אױב אַזױ, — האָבן אַ טראַכט געטאָן די דײַטשן, — זײַנען די ענגלעדער זיכער, אַז דאָס איז אַ מאַקעט, און מיר קענען ממשיך זײַן מיט אונדזער שפּיל‟. און די דײַטשן האָבן בסוד־סודות איבערגעפֿירט אױפֿן „הילצערנעם אַעראָדראָם‟ גאַנץ ניט קײן הילצערנע שטורעם־עראָפּלאַנען. אין צװײ טעג אַרום זײַנען װידער געקומען צו פֿליִען די ענגלישע שטורעם־עראָפּלאַנען און חרובֿ געמאַכט דעם אַעראָדראָם, צוזאַמען מיט די עראָפּלאַנען. צום סוף פֿון דער באָמבאַרדירונג האָבן די ענגלעדער אַראָפּגעװאָרפֿן אױפֿן „אױסגעאַקערטן‟ פֿליפֿעלד אַ פּלאַקאַט: „אָט דאָס איז שױן גאָר אַן אַנדער שפּיל!‟

הערש־צבֿי כּנר האָט מיר דערצײלט אײנעם פֿון די „שענסטע‟ שװאַרצע מלחמה־אַנעקדאָטן, און צוגעגעבן: „מיכל, גלײב מיר אױפֿן װאָרט, אַז מיר האָבן ׳דאָרט׳ געלאַכט ניט װײניקער, װי פֿון די שפּיצלעך פֿון אַ גוטן לץ. אַז מע װיל לעבן, דאַרף מען לאַכן.‟

■ די לעצטע טעג פֿון דער מלחמה. אינעם באַראַק נומער 26 זײַנען געבליבן נאָר צװײ ייִדן, אַן אַלטער ייִד און אַ יונגער, — בײדע קױם לעבעדיק. עס לאָזן זיך הערן די אױפֿרײַסן בײַם לאַגער־טױער. דער יונגער ייִד: „אַז איך װעל בלײַבן לעבן, װעל איך זיך אומקערן קײן פּױלן און גלײַך גײן אַרבעטן. כ’װעל אַרבעטן װי אַ פֿערד און כ’װעל פֿאַרדינען אַ סך געלט, און אױפֿן גאַנצן געלט װעל איך אײַנקױפֿן קאַסטנס מיט גאָל־מעסערלעך. און דאַן װעל איך װידער קומען קײן דײַטשלאַנד און כ’װעל גײן איבער די גאַסן און אומעטום, װוּ נאָר כ‘װעל טרעפֿן אַ דײַטש, װעל איך אים שנײַדן, שנײַדן, שנײַדן… מיט אַ גאָל־מעסערל‟.

“און איך, — זאָגט דער אַלטער ייִד, — איך װעל זיך אומקערן אין מײַן דירה אין װין, כ’װעל זיך מאַכן אַ װאַנע און אַ גאַנצע נאַכט װעל איך שלאָפֿן אין מײַן בעט. אין דער פֿרי װעל איך גײן אין מײַן אַלטער קאַװיאַרניע און כ’װעל באַשטעלן אַ טעפּעלע קאַװע מיט מילך און אַ שטיקל פֿרישן שטרודל. כ’װעל זיצן, טרינקען קאַװע און לײענען מײַן צײַטונג. און דאָ װעל איך באַמערקן, אַז אין דער קאַװיאַרניע גײט אַרײַן אַדאָלף שיקלגרובער, און זעצט זיך אַװעק לעבן מײַן טישל און די גאַנצע צײַט קוקט ער אַרײַן אין מײַן צײַטונג. און אַז ער װעט מיך בעטן: ׳הער גאָלדענבאָגן, גיט מיר, ביטע, אַ קוק טאָן אין אײַער צײַטונג׳. — זאָלסטו װיסן, אַז כ’װעל אים מײַן צײַטונג ניט געבן! ניט געבן!!!‟