Oyneg Shabes

שאַרפֿזיניקע חכמות

Clever Wit

  • Print
  • Share Share

דוד המלכס אַן עצה

איינער האָט זיך באַרימט אין אַ געזעלשאַפֿט, אַז ער פֿירט זיך לויט דוד המלכס אַן עצה: „מיט חסידים איז ער אַ חסיד‟; מיט משׂכּילים — אַ משׂכּיל, און אַזוי מיט אַלע סאָרטן מענטשן.

— „און צווישן הינט?‟ — האָט איינער געפֿרעגט.

„איך געפֿין זיך ערשט דאָס ערשטע מאָל‟, האָט דער באַרימער געענטפֿערט.

געכאַפּט אַ ליטוואַק

אַ ליטוואַק איז אַמאָל אַרײַנגעפֿאַלן צווישן „געשטראָפֿטע‟ (גאַליציאַנער), האָבן זיי אים מכבד געווען: אַהאַ! אַ ליטוואַק איז דאָ! האָט ער זיי געענטפֿערט: „איך האָב געהערט בקבלה, אַז שלמה המלך, וואָס האָט פֿאַרשטאַנען דאָס לשון פֿון בהמות און חיות, איז אַרײַנגעקומען אין שטאַל פֿון זײַנע אייזלען, און זיך צוגעהערט ווי זיי קריגן זיך. רופֿט זיך אָפּ איין אייזל צום צווייטן, מיט צאָרן און שפּאָט: דו ביסט אַ מענטש און נישט קיין אייזל!‟

„אַזוי איר רופֿט מיך ליטוואַק, דאָס מיינט, איך בין אַ מענטש, און קיין גאַליציאַנער.‟

דרײַ אָרעמע בעלי־חלומות

זײַנען געשלאָפֿן אויף אַ סטאַנציע דרײַ אָרעמע בעלי־חלומות. אויפֿשטייענדיק פֿרי, דערציילט איינער, אַז ס‘האָט זיך אים געחלומט אַ חלום: ער איז אַן עושר געוואָרן.

דער צווייטער — אַז ער האָט געפֿונען אַן אוצר.

דער דריטער — „מײַן חלום איז געווען, אַז איר ביידע זענט געשטאָרבן און איך האָב אײַך געירשנט.‟