Oyneg Shabes

צוויי לידער פֿון פּרץ מאַרקיש

Two Poems by Peretz Markish

  • Print
  • Share Share

יענע וואָך האָט די ייִדישע קולטור־וועלט אָפּגעגעבן כּבֿוד די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער, וועלכע זענען אומגעקומען דעם 12טן אויגוסט 1952, און בכלל, דער צעשטערטער סאָוועטיש־ייִדישער קולטור פֿון יענער תּקופֿה.

פֿאַר אַ יאָרן האָט „דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס‟ אין ניו־יאָרק בײַ זײַן הזכּרה געוויזן צוויי קורצע אָריגינעלע פֿילמען, ספּעציעל צוגעגרייט פֿאַר יענער אונטערנעמונג — וויזועלע אויסטײַטשונגען פֿון צוויי לידער פֿונעם פּאָעט פּרץ מאַרקיש (1895 — 1952). ביידע לידער לייענט דער אַקטיאָר שיין בייקער, דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟ און באַקאַנט אויך פֿונעם „שיין שאָו‟ אויף דער „פֿאָרווערטס‟־וועבזײַט.

דער ערשטער פֿילם, „בראָכשטיקער‟, האָט געשאַפֿן דזשעק פֿעלדשטיין.

דער צווייטער פֿילם, „שלאָפֿט דער מאַרק‟ (1922) האָט געשאַפֿן פּאָל פֿישער.