Oyneg Shabes

ליד: אַז נישט קיין אמונה

Song: Az nisht keyn emune

  • Print
  • Share Share

אַז נישט קיין אמונה צוזאַמען מיטן געלט,
וואָס זשע אַרבעטסו אויף דער וועלט?

וואַריאַנטן פֿון „אַז נישט קיין אמונה‟ געפֿינט מען שוין אין דער גינזבורג און מאַרעק פֿאָלקסלידער־זאַמלונג „ייִדישע לידער פֿון רוסלאַנד‟, פֿון 1901. וואַריאַנטן האָט מען אויך געזונגען בעתן חורבן מיט אַ סך אַ פּאַמעלעכערן טעמפּאָ. אַ נוסח קען מען אויך הערן אין דער „סטאָנהיל‟־זאַמלונג פֿון פֿעלד־רעקאָרדירונגען.

ווען די חסידישע פּלאַטע „זמירות ישׂראל‟ איז אַרויס, אַפּנים, געזונגען פֿון וויזשניצער חסידים, האָט די וועלטלעכע ייִדישע קולטור־סבֿיבֿה אויסגעפֿונען וועגן אַ „נײַ־אַלטן‟ רעפּערטואַר, און צווישן די פּאָפּולערע לידער איז געווען „אויב נישט קיין אמונה‟. כאָטש דאָס ליד גייט לויטן אלף־בית הערט מען עטלעכע קוריאָזן — פֿאַרן אות „ח‟, זינגט מען „כאַפּסטו‟, פֿאַרן אות „כּ‟ זינגט מען „קריכסטו‟.

די בודאַפּעסטער גרופּע „די נײַע קאַפּעליע‟ שטעלט דעם טראָפּ אויפֿן ייִדישן קאַרפּאַטישן סטיל. דאָס ליד קען מען הערן אויף זייער רעקאָרדירונג „טראַקטאָריסט‟, 2008.