Oyneg Shabes

דער שטום־פֿילם: „לחיים‟

Watch: Silent Movie 'Lekhayim'

  • Print
  • Share Share

אין יאָר 1911 האָט די מאָסקווער סטודיע פֿון דער קינאָ־פֿירמע „פּאַטע־פֿרער‟ אַרויסגעלאָזט דעם 15־מינוטיקן שטום־פֿילם „לחיים‟. דער רעזשיסאָר איז געווען קײַ האַנסאָן און אַלעקסאַנדער אַרקעטאָוו האָט אָנגעשריבן דעם סצענאַר. לויט די באַריכטן פֿון יענער צײַט, האָט דער פֿילם „לחיים‟ אויסגענומען בײַם עולם און איז געוויזן געוואָרן אין מערבֿ־אייראָפּע און אין אַמעריקע. עס זענען דאָ צוויי אינטערעסאַנטע סצענעס פֿונעם ייִדישן לעבן — אַ שבת־וועטשערע און אַ חתונה אין דרויסן מיט קלעזמאָרים. אין זײַן געשיכטע פֿון ייִדישע פֿילמען, שרײַבט דזשאַן האָבערמאַן, אַז די אַקטיאָרן זענען נישט געווען קיין ייִדן. דאָס קען זײַן, אַבער צווישן די קלענערע ראָלעס האָבן זיך זיכער געפֿונען ייִדן, וואָס האָבן געגעבן עצות די פֿילממאַכער פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער טראַדיציע.

לויט די הײַנטיקע השׂגות איז דער דאָזיקער פֿילם וועגן אַן אומגליקלעכער חתונה נישט שטאַרק אָריגינעל. אָבער, זעט אויס, אַז דער דעמאָלטיקער ייִדישער עולם האָט אין אים יאָ געפֿונען עפּעס רעלעוואַנט, אפֿשר ווײַל מאַסן ייִדן האָבן צו יענער צײַט עמיגרירט, און די משפּחות זענען געוואָרן צעשיידט.