Oyneg Shabes

טעאַטער אין כּתריאלעווקע

Theater in Kasrilevke

  • Print
  • Share Share

ווען אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס אָפּערעטע „קאָלדוניע‟ קומט קיין כּתריאלעווקע גייט דאָס שטעטל כאָדאָראָם. שלום־עליכמס קאָמישע דערציילונג האָט אילוסטרירט דער קינסטלער סעם רינגער, און דער פֿראַנצייזישער פֿילממאַכער אַלעקס שאַלאַט האָט מיט די בילדער געמאַכט דעם ווײַטערדיקן אַנימאַציע־פֿילם. די שטימען פֿון אַלע כאַראַקטערן אינעם פֿילם זענען פֿון איין מענטש — דער באַקאַנטער רעזשיסאָר און אַקטיאָר רפֿאל גאָלדוואַסער, דירעקטאָר פֿונעם „לופֿטעאַטער‟ אין שטראַסבורג, פֿראַנקרײַך. די מוזיק שפּילט „דער נײַער קלעזמער־טריאָ‟.