צװײ שותּפֿים ברוך בר־זרח און בערל בר־שמערל האָבן געהאַט געשעפֿטן אין פּעטערבורג, און געלעבט צװישן זיך װי צװײ ברידער. דערנאָך האָט אײנער געמוזט אַװעק אין מאָסקװע. די גוטע־פֿרײַנד האָבן זיך געמוזט שײדן. האָבן זײ אָפּגעמאַכט מיט אַ שבֿועה, און הימל און ערד פֿאַר עדות גענומען, אַז װער עס װעט שטאַרבן פֿון זײ פֿריִער, זאָל ער קומען צום אַנדערן און דערצײלן, װאָס ס’טוט זיך אױף יענער װעלט. ױהי היום, שטײט דער שותּף פֿון פּעטערבורג אין גאַס. זעט ער: עס פֿאָרט אַ רײַטער. דערקענט ער זײַן פֿרײַנד ברוכן. שרײַט ער צו אים: „שטײ! שטײ! שטעל זיך אָפּ!‟ נאָר יענער איז שױן פֿאַרשװוּנדן. כאַפּט ער אַן איזװאָשטשיק* און לױפֿט אים אָניאָגן. — אין קול ואין עונה…
באַרעכנט זיך דער שותּף בערל, אַז דאָס מוז זײַן ניט גלאַט. קלאַפּט ער אַ טעלעגראַם אין מאָסקװע, מ’זאָל אים מודיע זײַן, װאָס טוט זיך מיט ברוכן?
קומט אָן אַ ידיעה, אַז ברוך איז געשטאָרבן, און די לװיה איז געװען פּונקט אין יענער מינוט, װען ער האָט זיך צו אים באַװיזן. װאַרט שױן בערל אױף אַ ידיעה פֿון יענער װעלט. אָפּגעװאַרט אַ יאָר, צװײ, דרײַ — ניטאָ!
ױהי היום שטײט ער אױפֿן בולװאַר אין פּעטערבורג. גײט צו צו אים ברוך, נעמט אים פֿאַר דער האַנט און פֿירט אים. „גװאַלד!‟, זאָגט ער, „ברודער, זאָג מיר װאָס מיט דיר טוט זיך און לאָז מיך אַהײם‟. נאָר יענער פֿירט אים דורך פֿעלדער און װעלדער, ביז װאַנען ער ברענגט אים אין אַ מידבר. „אָט דאָ, זאָג ער, װעט זײַן אַ הײל. זאָלסטו גײן צען קלאַפֿטער אַראָפּ און צען קלאַפֿטער אַרױף. דאָרטן איז דער גן־עדן. אָט דאָרטן בין איך‟, און איז פֿאַרשװוּנדן.
קורץ: ער האָט אַזױ געטאָן און געקומען אין „גן־עדן‟. דאָס איז געװען אַן אָנגעהױקערט שטיבל. אין שטיבל שטײען ייִדן און דאַװנען. אַ רעגן גיסט, ס’רינט אינעװײניק דורך די סטריכעס: קױטיק, חושך, גליטשיק. קלערט ער: אַזאַ יאָר אײַך! סאַראַ גן־עדן דאָס איז… פֿרעגט ער: װוּ איז דאָ ברוך בר־זרח? זאָגט מען אים: װײַטער, אין אַן אַנדער חדר. גײט ער אין אַנדער חדר — זיצן דאָרט ייִדן אױף הינקעדיקע בענק, בײַ קאַליקע שטענדערס, און לערנען; אין דריטן חדר זיצן חסידים בײַ אַ צעבראָכן פֿלעשל משקה און באָמקען און דבֿקען זיך. ער פֿרעגט: „ניטאָ דאָ ברוך בר־זרח?‟ זאָגט מען אים: „אין גיהנום.‟ „נו‟, קלערט ער, —„אַזאַ געזונט אײַך, װאָס פֿאַר אַ גן־עדן איר האָט‟, און זאָגט: „װוּ איז בײַ אײַך דער גיהנום?‟ הײסט מען אים װײַטער קריכן אין אַ הײל; צען קלאַפֿטער אַראָפּ און צען קלאַפֿטער אַרױף. ער קריכט — אַ ברירה האָט ער…
אַרױסגעקראָכן, גיט אַ קוק — אַ געבײַדע 70 אײלן די לענג און 40 די ברײט, אַ פּאַלאַץ, פּונקט װי דער מאָהילעװער מאַניעזש**… פֿון פֿאָרנט — אַ סאָלדאַט אין אַ פֿײַנער פֿאָרמע מיט אַ פֿײַנער ביקס.
„דאָ איז דער גיהנום?‟
„דאָ!‟
ער גײט אַרײַן: אַ זאַל פֿאַרפּוצט מיט די טײַערסטע זאַכן. עס שפּילן מוזיקאַנטן און בחורים מיט מײדלעך האַלטן אין אײן טאַנצן און פֿרײען זיך.
פֿרעגט ער: „װוּ איז דאָ ברוך בר־זרח?‟ — ענטפֿערט מען אים: — „אין אַנדערן צימער.‟
גײט ער אַרײַן אַהין: עס זיצט אַ קאָמפּאַניע אַרום אַ טיש, מ’שפּילט אין קאָרטן און מ’טרינקט קאָניאַק. ברוך איז ניטאָ. אין דריטן חדר, — זאָגט מען אים — איז ער. ער גײט אַרײַן אין דריטן חדר. גיט אַ קוק: ברוך בר־זרח, זײַן שותּף, זיצט זיך צעלײגט אין אַ קרעסלע‟**, כּמלך בגדוד, אין אײן האַנט אַ גלאָז טײ, אין דער אַנדערער אַ ציגאַר. אַ זופּ טײ, אַ צי דעם ציגאַר…
„אױ‟ — שרײַט אױס בערל, — „אָט דאָס איז אַ גיהנום? אַזאַ יאָר מיר. סאַראַ גן־עדן דאָס איז! סטײַטש מײַן ברודער, װאָס׳טע געהאַט צו מיר? אַז דיר איז אַזױ גוט, האָסטו דאָך מיר געקענט דערצײלן. למאַי האָסטו געדאַרפֿט מיך פֿירן דורך אַלדע שװאַרצע יאָר?‟
ענטפֿערט ברוך:
„גוט איז מיר, זאָגסטו? אײַ, ברודער, טו אַ קוק, מײַנע ליפּן, מײַן גומען, װי צעברענט זײ זענען. געדענקסט אַמאָל, שבת? װי מיר האָבן געשטעלט דעם סאַמאָװאַר, האָבן שבתדיקע טײ געטרונקען? און אַ ציגאַר גערײכערט. איז אָט װי איך בין נאָר געשטאָרבן, האָט מען מיר געשטעלט אַ זודיקן סאַמאָװאַר און געגעבן אַ ציגאַר אין מױל און איך מוז נאָך אַנאַנד טרינקען און רײכערן, טרינקען און רײכערן, אָן אַ סוף, אָן אַן אױפֿהער.‟
„נו, און דאָרטן‟ — זאָגט בערל, — „די װאָס טאַנצן, שפּילן אין קאָרטן און טרינקען קאָניאַק?‟
„דאָרטן איז אױך אַזױ: שפּיל ברודער, און טרינק, שפּיל און טרינק!… טאַנץ, ברודער, טאַנץ! װערט אײנער מאַט טאַנצנדיק — שטײט אונטן אַ מלאך־חבלה מיט אַ נאַהײַקע**** און שמײַסט: „טאַנץ! האָפּ! האָפּ! שטעל זיך ניט אָפּ!‟
די מעשׂה איז נאַטירלעך באַשאַפֿן געװאָרן מיט דער כּװנה, אַז בערל זאָל זיך אַראָפּנעמען אַ מוסר פֿון ברוכן און מער ניט טרינקען קײן שבתדיקע טײ…
*) איזװאָשטשיק — בעל־עגלה
**) מאַניעזש — אַרענע, ווי אין אַ צירק
***) קרעסלע — פֿאָטעל
****) נאַהײַקע — בײַטש
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.