Oyneg Shabes

שנירעלע פּערעלע

'Shnirele Perele'

  • Print
  • Share Share

דאָס ליד „שנירעלע פּערעלע‟ איז אַרויסגעוואַקסן פֿון וואַריאַנטן פֿון דער ווײַבערישער תּפֿילה אויף ייִדיש — „גאָט פֿון אַבֿרהם‟ — וואָס מע זאָגט צום סוף פֿון שבת. כאָטש דאָס ליד שטאַמט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, איז עס כּמעט ווי פֿאַרגעסן געוואָרן ביז די קאַפּעליע „קלעזמאַטיקס‟ האָט עס רעקאָרדירט אין 1991. הײַנט איז „שנירעלע פּערעלע‟ איינס פֿון די באַליבטסע לידער אינעם קלעזמערישן רעפּערטואַר. די זינגערין מאַשאַ יאַקובאָוויטש שטאַמט פֿון טאַשקענט און זי זינגט עס אויף איר קאָמפּאַקטל „צוריק צום אורקוואַל‟ — (Back to Origin (2001.

שנירעלע־פּערעלע, גילדענע פֿאָן,
משיח בן דוד זיצט אויבן אָן.
האַלט אַ בעכער אין דער רעכטער האַנט,
מאַכט אַ ברכה אויפֿן גאַנצן לאַנד.

אוי, אָמן ואָמן — דאָס איז וואָר,
משיח וועט קומען הײַנטיקס יאָר.

וועט ער קומען צו פֿאָרן —
וועלן זײַן גוטע יאָרן.
וועט ער קומען צו רײַטן —
וועלן זײַן גוטע צײַטן.
וועט ער קומען צו גיין —
וועלן די ייִדן אין ארץ־ישׂראל אַײַנשטיין.