Oyneg Shabes

„ייִדל מיטן פֿידל‟ (1936): די חתונה

Watch: 'Yidl Mitn Fidl'

  • Print
  • Share Share

„ייִדל מיטן פֿידל‟ (1936) פֿונעם אַמעריקאַנער רעזשיסאָר און אונטערנעמער יוסף גרין, איז, אין תּוך, געווען אַן אַמעריקאַנער פֿילם, וואָס מע האָט פֿילמירט אין וואַרשע און קוזמיר, פּוילן. די אַמעריקאַנערין מאָלי פּיקאָן, צו יענער צײַט, איז געווען צווישן די באַליבסטע אַקטריסעס אויף דער ייִדישער בינע. אין דער ראָלע פֿון אַ קלעזמער־בחור האָט זי געפֿונען חן בײַ אַלעמען.

די חתונה־סצענע, וואָס מיר ווײַזן דאָ, (פֿון 13:00 ביז 21:00 מינוט) האָט עטלעכע אינטערעסאַנטע עטנאָגראַפֿישע מאָמענטן. בײַ דעם „באַדעקנס‟, ווען דער חתן באַדעקט די כּלה מיטן שלייער, שפּילן די קלעזמאָרים אַ טראַדיציאָנעל, קלעזמעריש „באַדעקנס‟, און דער בדחן זינגט און גראַמט אויפֿן אַלטן שטייגער, כאָטש מיט האַלבע שפּאַסן. ווען מע הייבט אָן טאַנצן, באַגריסט אַ פֿרוי די חתן־כּלה מיט אַ חלה — „אַ קוליטש־טאַנץ‟, אַ סימבאָל פֿון אַ פֿרוכטפּערדיק לעבן. די באָבעס טאַנצן פּאַמעלעך און פֿאָרמעל, ווי ס‘באַדאַרף צו זײַן. כאָטש מענער טאַנצן מיט פֿרויען, האַלטן זיי זיך קיין מאָל נישט בײַ די הענט. צום סוף, טאַנצן אַלע אין רעדלעך, און מע קען אַפֿילו טענהן, אַז די ווילדע אומאָרדענונג בײַם טאַנצן איז אויך גאַנץ טראַדיציאָנעל בײַ ייִדן.