Oyneg Shabes

קמצא און בר־קמצא

Tale of Tisha B'Av

  • Print
  • Share Share

תּישעה־באָבֿ, ווען די ייִדן טרויערן אויפֿן חורבן בית־המיקדש, פֿאַלט אויס דינסטיק, דעם 16טן יולי 2013. די מעשׂה פֿון קמצא און בר־קמצא איז דער באַקאַנטסטער מדרש וועגן דער נאַציאָנאַלער טראַגעדיע, און דער פּאָעט ישׂראל גויכבערג (1893 - 1970) האָט געשריבן אַ פּאָעמע אויף דער טעמע און זי אַרויסגעגעבן ווי אַ בוך איןי 1931. מיר ברענגען די דראַמאַטישע סצענע, ווען, אויף דער שׂימחה פֿון זײַן שׂונא, יהושע בן גמלא, ווערט פֿאַרבעטן, על־פּי־טעות, בר־קמצא אויפֿן אָרט פֿון אַן אַנדער מענטש מיט אַן ענלעכן נאָמען — קמצא. ווײַל בר־קמצא ווערט אַרויסגעטריבן און פֿאַרשעמט פֿאַרן גאַנצן עולם, און קיינער רופֿט זיך נישט אָן אים צו פֿאַרטיידיקן, הייבט זיך אָן אַ קייטל עפּיזאָדן, וועלכע דערפֿירט, סוף־כּל־סוף, צו דער צעשטערונג פֿון ירושלים.

קמצא און בר־קמצא

שנעל געזאָטלט האָט בר־קמצא
און אין װעג זיך גלײַך געלאָזן.
דאַכט זיך אים, אַז בײמער שמײכלען
און מיט פֿרײַנדשאַפֿט שעפּטשען גראָזן.
מיט אַ שמײכל אױף די ליפּן
איז בר־קמצא אָנגעקומען,
שױן פֿון װײַטן האָט זײַן אױער
זיסן צימבל־קלאַנג פֿאַרנומען.

מיט אַ ברײט צעשטראַלטן פּנים
איז בר־קמצא צוגעלאָפֿן,
מיט אַ װאָלקן אױף די ברעמען
האָּט יהושע אים געטראָפֿן:

דו, בר־קמצא שׂונא מײַנער!
װי קומסטו מיט אונדז צוזאַמען?
װילסט די שׂימחה מיר צעשטערן?
װילסט די פֿרײד אין האַרץ פֿאַרסמען?
— נײן, יהושע, דײַן שליח
האָט מיך הײַנט צו דיר פֿאַרבעטן,
אַנדערש װאָלט איך ניט געקומען
אױף דײַן פּאַלאַץ־שװעל צו טרעפֿן.

— באַלד זאָלסטו מײַן הױז פֿאַרלאָזן,
נעם דײַן פֿערד און גײ פֿון דאַנען!
נישט דערװעגן זאָל דײַן פֿוסטריט
אױף מײַן שװעל אַרױפֿצושפּאַנען.

— הער, יהושע, כ’װעל באַצאָלן
יעדן טרונק און יעדן ביסן.
— ניט בײַ מיר אין הױז, בר־קמצא,
װעט מײַן שׂונא װאָס געניסן.
— װעל איך פֿאַר אַ האַלבער סעודה
פֿול דעם פּרײַז אין גאָלד דיר געבן.
— דאָס װעט קײן מאָל ניט פּאַסירן,
אַזױ לאַנג װי איך װעל לעבן.

— איך באַצאָל די גאַנצע סעודה!
נאָר פֿאַרשעם מיר ניט מײַן פּנים
אין די אױגן פֿון חכמים,
אין די אױגן פֿון למדנים.

— שױן אַרױס זאָלסטו פֿון דאַנען!
קאָנסט קײן רגע מער ניט בלײַבן.
צי דו װאַרטסט, דו שׂונא מײַנער,
כ’זאָל מיט בײַטשן דיך פֿאַרטרײַבן?

שװאַרצע חרפּה שװעבט אין פּאַלאַץ,
בלײכע זיצן די זקנים.
נאָר קײן מוטיק װאָרט קײן מענטש לאַכט
רײַסט זיך ניט אַרױס פֿון קײנעם.

און בר־קמצא איז געגאַנגען
מיטן קאָפּ צו דר’ערד געבױגן,
און אַ טרער װי בלײַ צעשמאָלצנט
האָט געטריפֿט פֿון זײַנע אױגן.

און בר־קמצא האָּט געטענהט:
אױב חכמים און למדנים
קאָנען זיצן, קאָנען הערן,
װי מען שװאַרצט אַ מענטשנס פּנים
װי מען צאַפּט דאָס בלוט פֿון האַרצן,
און קײן אײנער זאָל ניט שטערן!
אַזאַ פֿאָלק פֿאַרדינט דעם שטעקן,
אַזאַ לאַנד מוז חרובֿ װערן.