Oyneg Shabes

די נעמען פֿון ייִדישע טענץ

The Names of Jewish Dances

  • Print
  • Share Share

מיטן אויפֿלעב פֿון קלעזמער־מוזיק אין די 1970ער יאָרן, איז אויך אויפֿגעקומען אַן אינטערעס צו ייִדישע טענץ פֿון מיזרח־אייראָפּע. אַזוי ווי די קעלזמער־מוזיק באַשטייט, אין תּוך, פֿון טאַנץ־מוזיק, איז דאָס נישט קיין חידוש. אָבער להיפּוך צו די טאַנץ־טראַדיציעס בײַ אַנדערע פֿעלקער, מיט זייערע פּינקטלעכע, אויסגעמאָסטענע טריט פֿאַר ספּעציפֿישע טענץ, האָבן די ייִדן פֿרײַ אויסגעטײַטשט געוויסע ריטמען מיט די הענט, מיט די פֿיס; איז געוואָרן שווערלעך צו זאַמלען און באַשרײַבן די טענץ בײַ אונדז.

אין טאָראָנטאָ האָט די טאַנץ־פֿאַרשערין העלען ווינקלער יאָרן לאַנג זיך אָפּגעגעבן מיטן זאַמלען אינפֿאָרמאַציע וועגן די טענץ און זי פֿאַרשפּרייטן, ווי מע קען עס זען אויף איר וועבזײַט: //www.yiddishdance.com

דער פֿאַרשפּרייטסטער טאַנץ בײַ ייִדן אויף חתונות קומט פֿאָר, ווען די טענצער מאַכן אַ רעדל און, אין אַ גיכן טעמפּאָ, טאַנצט מען אַרום און אַרום. בײַ די הײַנטיקע קלעזמאָרים רופֿט מען דאָס אַ „פֿריילעכס‟, אָבער עס זענען פֿאַראַן אַנדערע נעמען. לויטן קלעזמער־היסטאָריקער ד״ר זאבֿ פֿעלדמאַן, האָט מען אין אוקראַיִנע און מאָלדאָווע געזאָגט „פֿריילעכס‟, אין דער ליטע — „קאַראַהאָד‟ און „האָפּקע‟; אין ווײַסרוסלאַנד — „רעדל‟, „ריקודל‟ „בייגעלע‟; „סקאָטשנע‟ — אין אוקראַיִנע, און אין גאַליציע — „חסידל‟.

לאָמיר זיך צוהערן צו צוויי אַלטע „רעדעלעך‟, פֿאַרשריבן פֿונעם פֿאָלקלאָריסט זינאָווי (זיסל) קיסעלגאָף (1884 — 1939), אַ פּיאָנערישער זאַמלער פֿון פֿאָלקסלידער און ניגונים; אָנטיילגענומען אין ש. אַנ־סקיס עקספּעדיציעס.

דאָס ערשטע זינגט ראָזע־לאה קיסעלגאָף (זײַן פֿרוי?)

און דער זינגער פֿונעם צווייטן „רעדל‟ הייסט משה מינדלין.