Oyneg Shabes

„די מעשׂה פֿון דער ציג‟, 2004

Tale of the Goat

  • Print
  • Share Share

דער אַנימאַציע־פֿילם „די מעשׂה פֿון דער ציג‟ פֿון מאַקס כּהן איז אַ באַאַרבעטונג פֿון אַ באַקאַנטער העברעיִשער דערציילונג פֿון ש. עגנון, וואָס איז אַליין אַ באַאַרבעטונג פֿון אַן אַלטער חסידישער לעגענדע. וועגן עגנונס דערציילונג איז פֿאַראַן אַ גרויסע קריטישע ליטעראַטור.

„די מעשׂה פֿון דער ציג‟ האָט באַקומען אַ פּריז בײַ אַ פֿילם־פֿעסטיוואַל, אָרגאַניזירט פֿונעם זשורנאַל „היב‟. זײַענדיק אַ סטודענט אין „וואַסאַר־קאָלעדזש‟ אין ניו־יאָרק, האָט כּהן געמאַכט דעם פֿילם. שׂרה זאָראָ, דעמאָלט אויך אַ סטודענטקע אין „וואַסאַר‟, האָט קאָמפּאָנירט די מוזיק.

לויט אַן אינטערוויו, איז כּהן געבוירן געוואָרן אין ברוקלין, אָבער אויפֿגעוואַקסן אויף אַ פֿאַרם מיט ציגן. צוזאַמען מיט זײַן אינטערעס צו ייִדיש האָט עגנונס דערציילונג אים אינספּירירט צו מאַכן דעם פֿילם.