Oyneg Shabes

אַ פּאָר גוטע עצות קעגן די פֿאַלשע מיינונגען

Some Good Advice and Some False Opinions

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

  • Print
  • Share Share

◆ אַ סך מענטשן מיינען, אַז דער לאָנדאָנער „ביג בען‟ איז אַ זייגער־טורעם. אין דער אמתן איז „ביג בען‟ דער גרעסטער פֿון די זעקס גלאָקן אױפֿן וועסטמינסטער זייגער־טורעם. זינט 1858 שלאָגט דווקא אָט דער-אָ גלאָק יעדע שעה צו דער צײַט. דער פּלאָנטער איז פֿאָרגעקומען צוליב דעם צונאָמען פֿונעם בריטישן פּאַרלאַמענט־מיטגליד בענדזשאַמין האָל. הינטער די אױגן האָט מען אים גערופֿן „ביג בען‟, װײַל אױף די פּאַרלאַמענט־זיצונגען פֿלעגט ער שטענדיק שרײַען. פּונקט אַזױ איז געשען אױף יענער זיצונג לכּבֿוד דעם דאָזיקן זײגער, און נאָך לאַנגע שעהן פֿון קריגערײַען מיטן „ביג בען‟, האָט אײנער פֿון די פּאַרלאַמענט־מיטגלידער פֿאָרגעלײגט אין אַ שפּאַס: „לאָמיר אָנרופֿן דעם גרױסן גלאָק ׳ביג בען׳, אַבי שױן אַהײם גײן‟. אַזױ האָט זיך דער צונאָמען צוגעטשעפּעט צום גלאָק, אָבער דער טורעם, אױף װעלכן עס הענגט דער גלאָק הײסט „סען־סטיװען־טורעם‟ און ניט „ביג בען‟.

◆ אַ סך מענטשן מײנען, אַז די מאַלפּעס זײַנען אַזעלכע געטרײַע פֿרײַנד, אַז זײ זיצן שעהן לאַנג און זוכן לײַז אײנע בײַ דער צװײטער. ס’איז אַ פֿאַלשע מײנונג, װײַל די מאַלפּעס האָבן זײער אַ שיטערע פֿעל און די לײַז האַלטן זיך ניט אין איר. אין דער אמתן, זוכן די מאַלפּעס אײנע בײַ דער צװײטער אין פֿעל די געזאַלצענע שװײס־קריסטאַלן, װעלכע זײ האַלטן פֿאַר אַ גרױסן דעליקאַטעס.

◆ אַ סך מענטשן מײנען, אַז די לימענעס האָבן אין זיך אַ סך װיטאַמין „סי‟. אין דער אמתן, קרױט און קיװי האָבן אין זיך צען מאָל אַזױ פֿיל װיטאַמין „סי‟, װי די לימענעס. פּשוט, דער װיטאַמין „סי‟ האָט אַ זױערן טעם און די לימענע האָט אױך אַ זױערן טעם; די באַזונדערע זױערקײט פֿון די לימענעס טײלן צו די אַזױ גערופֿענע „מינאָרע שטאָפֿן‟. „מינאָרע‟, װײַל זײער קאָנצענטראַציע איז זײער זײער קלײן.

◆ אַ סך מענטשן מײנען, אַז מע דאַרף שלאָפֿן צום װײניקסטן אַכט שעה אַ מעת־לעת. פּראָפֿעסאָר דזשים האָרן פֿונעם לאַפֿבאָראָ־אוניװערסיטעט, אײנער פֿון די גרעסטע מומחים אין די שלאָף־ענינים, האַלט, אַז אין דער רײַפֿער עלטער קען דװקא אַכט שעה שלאָף פֿירן צו אַ כראָנישער מידקײט. מיר שלאָפֿן, האַלט פּראָפֿעסאָר האָרן, װען דער גוף נײטיקט זיך אין רו. פּונקט אַזױ װי מיר עסן, װען מיר זײַנען הונגעריק‟. די אַמעריקאַנער װיסנשאַפֿטלער פֿונעם אוניװערסיטעט סאַן־דיעגאָ האַלטן, אַז אַ דערװאַקסענער מענטש דאַרף שלאָפֿן 5־6 שעה.

◆ אַ סך מענטשן מײנען, אַז מע דאַרף זיך באָדן אין דוש צום װײניקסטן צװײ מאָל אַ טאָג. דאָס איז אַ פֿעלער און אַ פֿאַלשע מײנונג, װײַל הײס װאַסער און זײף װאַשן אָפּ פֿונעם לײַב דעם שוצפֿעט.

◆ אַ סך מענטשן מײנען, אַז מע דאַרף שװענקען דאָס מױל נאָך יעדן צײנפּוצן. מע טאָר עס ניט טאָן, האַלט דער ענגלישער צײן־דאָקטער פֿיל סטעמער, װײַל בײַם שװענקען װאַשט מען אָפּ דאָס פֿלואָריד־הײַטל, װעלכע די צײנפּאַסטע לאָזט איבער אױף די צײן. נאָכן עסן לויפֿט נישט זיך פּוצן די צײן, װײַל דאָס עסן מאַכט אױף אַ קורצער צײַט װײך דעם צײן־עמאַל.