Oyneg Shabes

וויצן וועגן בטלנים

Jokes About Batlonim

  • Print
  • Share Share

אַ בטלן האָט אָנגעהויבן זיך לערנען רוסיש. קומט ער צו דעם רוסישן אות „זע‟, וועלכער קוקט אויס ווי דער נומער דרײַ. דער לערער מאַכט צו אים: „ס‘איז אַ ׳זע׳‟. שרײַט דער בטלן:

— אַזוי גאָר? און, אַז די גויים זאָגן ס‘איז אַ ׳זע׳ מוז איך אויך זאָגן ׳זע‘? ס‘איז אַ 3 און ס‘בלײַבט אַ דרײַ, און ביזן טויט אַרײַן וועל איך זאָגן ס‘איז אַ דרײַ!

* * *

יאַנקל — פֿרעגט איין ייִד דעם אַנדערן — זאָג מיר נאָר, וואָס מאַכט דאָס די וועלט אַזאַ טומל פֿון רמב״ם? און טאָמער האָט ער אָנגעשריבן דעם ׳כּוזרי׳, דאַרף מען שוין מאַכן אַזאַ רעש פֿון אים?

— דעם ׳כּוזרי׳? — זאָגט יאַנקל — האָט דער רמב״ם נישט געשריבן. ר׳ יהודה הלוי האָט עס אָנגעשריבן.

— וואָס? ער האָט אַפֿילו דעם ׳כּוזרי׳ אויך נישט געשריבן! איז דאָך נאָך מער אַ קשיא, וואָס מאַכט מען אַזאַ רעש פֿון אים?

* * *

אַ היימישער יונגער־מאַן איז געקומען קיין אַמעריקע און זיך גענומען לערנען ענגליש. אויף דער ערשטער לעקציע האָט אים דער לערער געוויזן דאָס ענגלישע וואָרט „ברעד‟.

— אין מיטן פֿון וואָרט איז דאָ דער אות ׳A׳ — זאָגט אים דער לערער — אָבער מע רעדט דאָס נישט אַרויס.

— סאַראַ מאָדנע שפּראַך דאָס איז — רופֿט זיך אָן דער יונגער־מאַן — מע שרײַבט ׳ברעאד׳, און מע זאָגט ׳ברעד׳. אַמער קאָן מען דאָך בעסער זאָגן ׳ברויט׳ און פֿאַרשפּאָרן דעם גאַנצן עסק.

* * *

— זאָלסט האָבן אַ כּלל — זאָגט איין בטלן צום צווייטן, זיצנדיק בײַ דער גמרא — אַז ברויט מיט פּוטער וועט שטענדיק אַראָפּפֿאַלן מיט דער פּוטער אַראָפּ.

— ס‘איז נישט קיין ראַיה — זאָגט אים דער צווייטער — איך האָב געזען, אַז עס פֿאַלט אַמאָל אַראָפּ מיט דער פּוטער אַרויף.

— דאָס קאָן נישט זײַן! — עקשנט זיך אײַן דער ערשטער בטלן —

מסתּמא האָט מען אָנגעשמירט די פּוטער אויף דער לינקער זײַט.