Oyneg Shabes

פֿילם: „פֿון חורבֿות צו היימלאַנד‟, אַן ערך 1947

Film: From Ruins to Homeland, circa 1947

  • Print
  • Share Share

דער פֿילם — „פֿון חורבֿות ביז דעם היימלאַנד‟ — וואָס עס האָט געמאַכט די יוגנט־באַוועגונג „השומר הצעיר‟ איז געווען געצילט אויף די יונגע־לײַט אין די שארית־הפּליטה־לאַגערן נאָך דער מלחמה. דעם טעקסט פֿון דער נאַראַציע האָט אָנגעשריבן דער גרויסער שרײַבער חיים גראַדע, און יצחק גאָסקינד איז געווען דער „פּראָדוקציע־לײַטער‟. יצחק גאָסקינד מיט זײַן ברודער שאול האָבן געשאַפֿן די וואַרשעווער פֿילם־לאַבאָראַטאָריע „סעקטאָר‟ אין די 1930ער יאָרן. ביידע גאָסקינד ברידער זענען געווען צענטראַלע פֿיגורן אין דער פּויליש־ייִדישע פֿילם־אינדוסטריע פֿאַר און נאָך דער מלחמה. דעם רעזשיסאָרס נאָמען איז צו שווער צו לייענען.

גראַדעס פּאָעטישע און עמאָציאָנעלע נאַראַציע צוזאַמען מיט די מאָנטאַזשן פֿון זעלעטענע היסטאָרישע פֿילמען פֿון דער מלחמה, פֿון וואַרשע, וואַרשעווער געטאָ און די אונטערנעמונגען אין פּוילן נאָכן חורבן מאַכן אַ שטאַרקן רושם אויפֿן צוקוקער. ספּעציעל רירנדיק זענען די סצענעס פֿון דער קינדער־קאָלאָניעw וווּ די געראַטעוועטע קינדער פֿאַרברענגען אין אַ היימישער סבֿיבֿה און „ווערן צוריק קינדער‟.

די פֿילמאָגראַפֿן ווילן שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג, אַז די יוגנט פֿון „שומר־הצעיר‟ זענען די יורשים פֿון דעם קעמפֿערישן גײַסט פֿון די פּאַרטיזאַנער. גראַדעס טעקסט שטעלט אויך דעם טראָפּ אויף דער אָרגאַניזאַציע און דערמאָנט אַפֿילו אָפּגעפֿונענע „שומר־הצעיר‟־ דאָקומענטן אינעם באַהאַלטענעם „רינגלבלום־אַרכיוו‟.

דער סוף פֿונעם פֿילם, צום גרויסן סורפּריז פֿונעם צוקוקער, איז נישט אַזאַ פֿריילעכע, ווי מע האָט געהאָפֿט — אָבער, זיכער איז מען, אַז „די צוקונפֿטיקע דורות וועלן שוין מער די שאַנד פֿון געטאָ ניט קענען‟.