Oyneg Shabes

דער ליבער שבת־קודש

The Beloved Holy Sabbath

  • Print
  • Share Share

ר’ ברוך מעזשביזשער האָט זיך געפֿירט ברחבֿות, געלעבט װי אַן עושר. זײַן ברודער, ר’ משה־חײם־אפֿרים, דער „דגל‟ איז געװען אַן אָרעמאַן, אַן אבֿיון און געלעבט אין גרױס דחקות.

אײן מאָל איז ר’ ברוך געקומען זיך טרעפֿן מיט זײַן ברודער און געבליבן בײַ אים שבת האַלטן. האָט ר’ משה־חײם־אפֿרים געהײסן אין שטוב מאַכן אַ שײנעם שבת איבערן כּוח.

פֿרײַטיק צו נאַכטס איז דער טיש געװען געדעקט מיט אַ רײנעם לײַװנטענעם האַנטעך, אױפֿן טיש איז געװען געגרײט: אַ פּאָר קלײנע חלהלעך, אַ ביסל צימוקים־װײַן מיט אַ קידוש־גלעזל און אַ הערינג געמאַכט מיט ציבעלע. צװײ ליכטלעך האָבן געברענט אין לײמלעך. צום װאַשן זיך איז געװען גרײט אַן ערדענע כּלי.

מ’זעצט זיך צום טיש, קען זיך ר’ ברוך ניט אָפּחידושן פֿונעם גרױסן דלות.

„װאָס עפּעס אַזאַ עניװת?‟ — פֿרעגט ער דעם ברודער.

„פֿעלט, חלילה, עפּעס?‟ — פֿרעגט ר’ משה־חײם־אפֿרים.

„בײַ מיר‟, מאַכט ר’ ברוך, „בין איך געװױנט צו זיצן שבת בײַ אַ טיש געגרײט פֿון כּל־טובֿ מיט זילבערנע לײַכטער,מיט גאָלדענע קידוש־בעכער, װײַן — מן־המובֿחר, װאַשן זיך מיט אַ קופּערנער קװאָרט , װי בײַ לײַטן.‟

„פֿון װאַנען‟, פֿרעגט ר’ משה־חײם־אפֿרים, „נעמסטו אױף דעם?‟

„ס’הײסט פֿון װאַנען?‟, חידושט זיך ר’ ברוך, „כ’פֿאָר אַרום איבער דער װעלט, בין מדריך ייִדן אין עבֿודה ה’, זײַנען ייִדן מיך מהנה.‟

„זע זשע‟ — זאָגט אים ר’ משה־חײם־אפֿרים — „בײַ דיר איז ס’זילבער מיטן גאָלד אין דר’הײם און דו ביסט אין גלות. בײַ מיר איז ס’זילבער מיטן גאָלד אין גלות און איך זיץ מיך אין דר’הײם…‟

* * *

ר’ משה־חײם־אפֿרים סודילקאָװער, דער „דגל‟, איז די ערשטע יאָרן געװען אַן אָרעמאַן, אַן עני־ואבֿיון, געלעבט בדוחק, ס’װײַב זײַנע פֿלעגט בענטשן ליכט אין לײמלעך.

אַז ער איז געװאָרן תּקיף אין מעמד האָט ס’װײַב געקױפֿט זילבערנע לײַכטער.

דעם ערשטן שבת, אַז ער איז געקומען פֿון שיל און געזען די זילבערנע לײַכטער אױפֿן טיש, האָט ער געזאָגט צום װײַב:

„דיר איז אַצינד ליכטיק און מיר איז פֿריִער געװען ליכטיק…‟

* * *

ר’ זלמעלע, ר’ חײם װאָלאָזשינערס ברודער, איז שבת אַמאָל געזעסן בײַם װילנער מורה־הוראה. איז עמעצער געקומען פֿרעגן אַ שאלה װעגן אַ חולה־מסוכּן, צי מ’מעג מחלל־שבת זײַן. דער מורה־הוראה האָט אַ װײַלע געקלערט דעם דין. האָט ר’ זלמעלע ניט געװאַרט ביז דער מורה־הוראה װעט פּסקענען און האָט באותו־הרגע געענטפֿערט:

„מ’מעג, מע מעג.‟

דער עולם אַרום האָט זיך געחידושט.

אַז יענער איז אַװעקגעגאַנגען, האָט ר’ זלמעלע געבעטן דעם מורה־הוראה, אַז ער זאָל אױף אים קײן פֿאַראיבל ניט האָבן.

„דינים פֿון פּיקוח־נפֿש‟, זאָגט ר’ זלמעלע, „דאַרף מען װיסן אױף אױסװײניק, כּדי אַז ס’קומט אױס צו ענטפֿערן, זאָלן קײן איבעריקע רגע ניט פֿאַרזאַמען, מחמת ס’איז דאָך נוגע אַ מענטשס לעבן…‟

* * *

אַן אַרענדאַר איז אַמאָל געקומען צום בעלזער רבי, ר’ שלום רוקח. פֿרעגט אים ר’ שלום: װי האַלט ער מיט ייִדישקײט, צי היט ער אָפּ שבת. איז זיך דער אַרענדאַר מודה, אַז שבת איז ער ניט ביכולת אָפּצוהיטן, מחמת די אַרבעט אין פֿעלד קען ניט װאַרטן. הײבט ר’ שלום אים מוסרן, װײַזט אים אױף װי הײליק שבת איז און װי גרױס דער עונש איז פֿון חילול־שבת. איז דער אַרענדאַר מהרהר בתּשובֿה און זאָגט:

„רבי הײליקער, כ’בין מקבל אױף מיר אָפּצוהיטן שבת אַ גאַנץ יאָר, אַחוץ שניטצײַט, בעת די אַרבעט ברענט.‟

„כ’װעל דיר‟, זאָגט אים ר’ שלום, „דערצײלן אַ מעשׂה —

אַ ייִד האָט געהאַלטן אַן אַרענדע בײַ אַ פּריץ. ױהי־היום האָט דער פּריץ געמאַכט אַ גרױסע סעודה פֿאַר אַלע פּריצים פֿון דער סבֿיבֿה. כּטובֿ לכם, אַז דער עולם איז געװאָרן בגילופֿין, האָט מען, װי דער שטײגער, אָנגעהױבן רײדן מכּוח ייִדן. איטלעך פּריץ האָט פֿאַרלױבט זײַן ייִדן, אַז זײַן אַרענדאַר איז דער קליגסטער און דער געטרײַסטער. רופֿט זיך אָפּ דער פּריץ, װאָס האָט געמאַכט די סעודה:

׳אַזױ געטרײַ װי מײַן ייִד איז מיר, איז גאָר קײן גלײַכן ניטאָ. ער װעט טאָן פֿאַר מיר װאָס כ’װעל אים הײסן.

׳אַפֿילו זיך שמדן?׳, כאַפּט זיך אַרױס אײנער פֿון עולם.

׳יאָ׳, זאָגט דער פּריץ, ׳אַפֿילו דאָס.׳

און שיקט תּיכּף רופֿן דעם אַרענדאַר זײַנעם.

׳מאָשקע׳, פֿרעגט ער אים פֿאַר אַלע פּריצים, ׳ביסטו מיר געטרײַ?׳

׳יאָ, אַוודאי, אַדוני הפּריץ׳, ענטפֿערט דער אַרענדאַר, ׳פֿאַרן פּריץ בין איך מוכן צו גײן אין פֿײַער און אין װאַסער.׳

׳בכ!׳, זאָגט דער פּריץ, ׳װיל איך, אַז דו זאָלסט זיך שמדן.׳

װערט דער ייִד פֿאַרציטערט. קלערט, קלערט ער, איז זיך מישבֿ אַהין אַהער. קען זיך קײן עצה ניט געבן. ער האָט דאָך אָבער פֿאָרט מורא פֿאַרן פּריץ, זאָגט ער מיטן האַלבן מױל:

׳יאָ.׳

האָט דער פּריץ אים אָפּגעשמדט.

אין אַ פּאָר חדשים אַרום שיקט אים דער פּריץ רופֿן און זאָגט אים:

׳מאָשקע, אַצינד קענסטו װערן צוריק אַ ייִד.׳

׳אַדוני הפּריץ׳, זאָגט דער אַרענדאַר, ׳כ’װעל מיך גײן מישבֿ זײַן מיטן װײַב.׳

איז ער אַװעק אַהײם און דערצײלט דעם װײַב די בשׂורה, אַז דער פּריץ גיט זײ רשות װערן צוריק ייִדן.

׳אױ װײ׳, זאָגט ס’װײַב, ׳װאָס װעלן מיר אַצינד טאָן! ס’גײט צו פּסח, אַזאַ הוצאה: מצות, װײַן, כּלים. גײ בעט דעם פּריץ, מיר זאָלן מעגן זײַן גױים ביז איבער פּסח…׳‟