Oyneg Shabes

שווער צו זײַן אַ ייִד

It‘s Hard to Be a Jew

  • Print
  • Share Share

צוגעגרייט פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

אין די אָנהײב 1990ער יאָרן האָט אַ געװיסע צאָל עולים פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד צוגעגעבן אַ גוט שטיקל אַרבעט די רבנים בײַ די שטאָט־ראַטן, װי אױך אין די שטאָט־אָפּטײלן פֿונעם אינערן־מיניסטעריום. באַזונדערס אַ סך אַרבעט איז געװען אין אַשדוד, װוּ ס‘האָבן זיך באַזעצט אַריבער הונדערט טױזנט רעפּאַטריאַנטן, ס‘רובֿ אַסימילירטע ייִדן, אָדער „כּמעט‟ ייִדן, אָדער „אַ ביסעלע ייִדן‟. דער רבֿ פֿלעגט זיצן בײַם טיש אַנטקעגן דעם „ייִד‟, װאָס זײַן ייִדישקײט האָט אַרױסגערופֿן ספֿקות בײַ די באַאַמטע פֿונעם אינערן־מיניסטעריום, און שטעלן פֿאַרשײדענע עלעמענטאַרע „ייִדישע‟ פֿראַגעס; האָט דער „פֿאַרדעכטיקטער‟, נעבעך, געמוזט אױף זײ ענטפֿערן. עטלעכע ענטפֿערס פֿון די „נײַע ייִדן‟ זײַנען װערט מע זאָל זײ פֿאַרשרײַבן מיט גאָלדענע אותיות אינעם בוך פֿון די ייִדישע חכמות.

די הויפּט־פֿראַגע האָט געקלונגען אַזוי:

ווי אַזוי קענט איר באַשטעטיקן אײַער אָנגעהעריקײט צום ייִדנטום?

◆ איך געדענק, אַז אײן מאָל האָט מײַן חבֿר מיך פֿאַרבעטן אין אַ רעסטאָראַן. נאָך דער װעטשערע איז מיר שלעכט געװאָרן, און כ’האָב תּיכּף פֿאַרשטאַנען, אַז ס‘איז צוליב די חזיר־קאָטלעטן. בין איך גלײַך אַנטלאָפֿן אַהײם און דערצײלט אַלץ דעם זײדן, וואָס איז געווען אַ רבֿ. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? ער איז, נעבעך, אַ גאַנצע נאַכט אָפּגעשטאַנען אױף די קני אַנטקעגן דער איקאָנע און געבעטן בײַם גאָט, ער זאָל מיר מוחל זײַן.

◆ זאָל איך אַזױ לעבן, אַז יעדן זונטיק אינדערפֿרי פֿלעג איך לױפֿן אין שיל אַרײַן. בײַ אונדז אין ריגע זײַנען געװען צװײ סינאַגאָגעס — אַ קאַטױלישע און אַ פּראַװאָסלאַװנע.

◆ מײַן באָבע איז געװען זײער פֿרום, און פֿון קינדװײַז אָן האָט זי מיך געלערנט, אַז מע טאָר ניט עסן די כּשרע מאכלים צוזאַמען מיט די טריפֿענע.

◆ מײַנע עלטערן זײַנען זײער פֿרומע מענטשן. אום שבת, צום בײַשפּיל, פֿלעגט דער טאַטע פֿאַררײכערן די סיגאַרעטן נאָר פֿון די ליכט, װאָס די מאַמע האָט געבענטשט אױף שבת. און מײַן מאַמע אַליין, זאָלט איר װיסן, האָט בכלל קײן מאָל ניט גערײכערט.

◆ איך װעל אײַך זאָגן דעם רײנעם אמת. דאָרטן, אין רוסלאַנד, בין איך געװען אַ מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, אָבער אױף אַלע סאָװעטישע חגאות פֿלעג איך זיך אַרײַנכאַפּן אין סינאַגאָגע.

◆ צי האָב איך געהערט װעגן משה רבינו? זיכער, איך װײס אַפֿילו, אַז רבונו־של־עולם האָט אײַנגעלאַדן משהן אױפֿן באַרג סיני, כּדי איבערצוגעבן אים די תּורה אין אינטימע באַדינגונגען.

◆ איך דאַרף אײַך זאָגן דעם אמת: מײַן מאַמע האָט געהאַט פֿיר ברידער אין בערדיטשעװ, און נאָר אײנער פֿון זײ איז געװען אַ ייִד.

◆ בײַ אונדז אין דער הײם איז געװען אַ כּשרע קיך, און מײַן באָבע האָט זײער אָפֿט געפּרעגלט געפֿילטע פֿיש.

◆ אױך אין טאַשקענט פֿלעג איך גײן סײַ מיט אַ צוגעדעקטן קאָפּ און סײַ געטראָגן אַ היטל.

◆ איך װײס, אַז אַבֿרהם אָבֿינו איז געװען אַ ייִד, װײַל מע האָט אים אַרױסגעטריבן פֿון דער שטוב.

◆ מײַן באָבע יעװדאָכע פֿלעגט װאַשן װעש בײַ אַ ייִדישער משפּחה און געהאַט פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיטן באַלעבאָס, ר’ יוסף. פֿון יענער פֿרײַנדשאַפֿט איז געבױרן געװאָרן מײַן מאַמע, װאַרװאַרע בת־יוסף. אױך זי האָט מײדלװײַז אָנגעהױבן װאַשן װעש אין אַן אַנדער ייִדישער משפּחה און געהאַט פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיטן באַלעבאָס, ר’ דוד. פֿון יענער פֿרײַנדשאַפֿט בין איך געבױרן געװאָרן, גלאַפֿירע בת־דוד. הײַנט װױן איך אין אַשדוד און װאַש װעש אין אַ פֿרומער ייִדישער משפּחה. איך האָב אַ טאָכטער, אַליזע בת־מײַמאָן, פֿון מײַן באַלעבאָס, ר’ מײַמאָן בן־אַלוש.

◆ בײַ אונדז אין דער הײם זײַנען געװען צװײ קאָמפּלעטן געשיר; אײן קאָמפּלעט פֿאַר די פֿלײשיקע מאכלים, און דער צװײטער — פֿאַר פֿיש.

◆ די צווייטע פֿרוי בײַ מײַן טאַטן איז געווען אַ ייִדענע, מײַן מאַמע. דאָס קענען באַשטעטיקן זײַנע אַנדערע צוויי ווײַבער — די ערשטע און די דריטע, װעלכע האָבן מיך ניט געבױרן.

◆ יאָ, כ’בין געזעסן צװײ מאָל אין טורמע. דאָס ערשטע מאָל — פֿאַר טראָצקיזם, און דאָס צװײטע מאָל — פֿאַר ציוניזם. אַזױ אַרום, בין איך שטענדיק געװען אַ פֿרומער ייִד.

◆ מיר קומען פֿון אַ קלײן דערפֿל אין גאַליציע, און אונדזער משפּחה האָט שטאַרק געליטן, װען אונדזערע שכנים, עכטע אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן, האָבן געגעסן שינקע.