Oyneg Shabes

ווידעאָ: ר׳ יואל ראָטה זינגט „יבֿנאל‟

WATCH: Rabbi Yoel Roth Sings "Yavne'el"

פֿון דזשאָרדין קוציק

כאָטש עס זענען ניטאָ קיין הײַנטיקע בראַצלעווער רביים, זענען יאָ פֿאַראַן אַ סך רבנים וואָס פֿירן אָן מיט בראַצלעווער קהילות.

צווישן די ייִדיש־רעדנדיקע חסידים אין ברוקלין איז איינער פֿון די באַקאַנטסטע בראַצלעווער פּערזענלעכקייטן הרבֿ יואל ראָטה, וואָס פֿירט אָן מיט דער וויליאַמסבורגער ישיבֿה „תּפּארת התּורה‟. ראָטהס ישיבֿה איז באַקאַנט ווי אַן אָרט, וווּ בחורים וואָס פּאַסן זיך ניט גוט אַרײַן אין אַנדערע סבֿיבֿות קענען געפֿינען אַ מקום־מיקלט. אַחוץ זײַנע דרשות, איז הרבֿ ראָטה אויך באַקאַנט פֿאַרן קאָמפּאָנירן אָריגינעלע לידער, וואָס ער זינגט און פֿאַרשפּרייט אויף יוטוב און דורך „וואַטסאַפּ‟־גרופּעס.

דווקא אַ טאַלאַנטירטער זינגער און לידער־שרײַבער, איז הרבֿ ראָטה איינער פֿון די אינטערעסאַנטסטע הײַנטצײַטיקע בראַצלאַווער זינגער, און זיכער דער בעסטער וואָס רעקאָרדירט מערסטנס אויף ייִדיש. אין זײַן ליד „יבֿנאל‟, וואָס האָט אַן אומדערוואַרטן אַראַבישן טעם, גיט ער אָפּ כּבֿוד זײַן בעל־דרך הרבֿ אליעזר שלמה שיק ז׳׳ל, באַקאַנט ווי דער מוהרא׳׳ש. הרבֿ שיק, וואָס איז אַוועק אין 2015, האָט געגרינדעט אַ בראַצלעווער קהילה אינעם דערפֿל יבֿנאל, אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון ישׂראל, ניט ווײַט פֿון טבֿריה. דאָרט ליגט זײַן קבֿר, וואָס מע זעט טאַקע אינעם מוזיק־ווידעאָ.


ווידעאָ: אַבי געזונט!

WATCH: Abi Gezunt!

פֿון דזשאָרדין קוציק

אײנס פֿון די באַליבטסטע לידער פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר פֿאַר די זינגער, װאָס זינגען ניט געװײנטלעך אויף ייִדיש, איז „אַבי געזונט‟.

עס קען זײַן, אַז די אָפּטימיסטישע פּערספּעקטיװ פֿונעם ליד און זײַן דזשעז־סטיל ציִען צו אַ ריי טאַלאַנטירטע אַרטיסטן. עס העלפֿט אױך, אַז דער גרױסער אַמעריקאַנער דזשעז־זינגער קאַב קאַלאָװײ האָט אַרױסגעלאָזט אַ ליד מיטן נאָמען „אַבי געזונט‟, כאָטש עס האָט גאָרניט קײן שײַכות צום אָריגינאַל, אַחוץ די־אָ צװײ װערטער.

װײניק מענטשן געדענקען הײַנט, אַז אַחוץ דעם װאָס מאָלי פּיקאָן איז געװען די ערשטע זינגערין פֿונעם ליד, האָט זי עס אױך מחבר געװען. פּיקאָן האָט עס אָנגעשריבן פֿאַר איר העלדין אינעם פֿילם „מאַמעלע‟, אַ ראָמאַנטישע מוזיקאַלישע קאָמעדיע אױפֿן סמך פֿון „צינדערעלאַ‟, רעזשיסירט דורך יוסף גרין. די אָריגינעלע מוזיק פֿון אײב עלשטײן, װערט געשפּילט פֿון אַן אָרקעסטער אין אַ מער קלאַסישן סטיל; דער דזשעז־צוגאַנג האָט זיך, אַ פּנים, אַנטװיקלט שפּעטער, אין אַמעריקע.

אָט דער דזשעז־סטיל הערט מען בולט אינעם נוסח פֿון די שװעסטער בערי, װאָס האָבן געזונגען דאָס ליד אױפֿן ייִדישן ראַדיאָ אין די 1940ער יאָרן װי אַ טײל פֿון זײער פּראָגראַם.

אױף ענגליש זינגט מען געװײנטלעך דאָס ליד פּאַמעלעכער. אָט קען מען הערן װי די זינגערין אַמאַנדאַ קינג שטעלט פֿאָר דאָס ליד מיט אַ דזשעז־קאַפּעליע. איר ייִדיש הינקט אונטער אָבער דער ענגלישער נוסח איז װוּנדערלעך.

אין אַן ענלעכן סטיל האָט די יונגע זינגערין לאה רײס־דעניס פֿאָרגעשטעלט „אַבי געזונט‟ אױף דער ייִדיש־װאָך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק.


ווידעאָ: „קבלת התּורה‟, געזונגען דורך זאַנוויל ווײַנבערגער און דעם „מלכות־כאָר‟

WATCH: "The Torah and the Nations" Sung By Zanvil Weinberger and the Malchus Choir

פֿון דזשאָרדין קוציק

אין די טעג צווישן פּסח און שבֿועות טאָרן פֿרומע ייִדן זיך ניט צוהערן צו קיין אינסטרומענטאַלער מוזיק. מע שאַפֿט דערפֿאַר ספּעציעלע „ספֿירה־מוזיק‟ פֿאַר אָט די זיבן וואָכן פֿונעם עומר, אין וועלכע מע הערט נאָר קולות אָבער נישט קיין אינסטרומענטן.

אַ וווּנדער־שיינעם מוסטער פֿונעם זשאַנער אין פֿאָרעם פֿון אַ מוזיק־ווידעאָ האָט פֿאַראַיאָרן אַרויסגעלאָזט דער ישׂראלדיקער זינגער זאַנוויל ווײַנבערגער צוזאַמען מיטן „מלכות־כאָר‟. אינעם ווידעאָ פֿירן זיי אויס אַן אַקאַפּעלאַ־נוסח פֿון יום־טובֿ עהרליכס ליד „קבלת התּורה‟, וואָס דערציילט, מיט הומאָר, וואָס וואָלט געשען, ווען דער באַשעפֿער וואָלט פּרובירט צו שענקען די תּורה די הײַנטיקע מדינות פֿון דער וועלט.


ווידעאָ: „מײַן מאַמעס שבת־ליכט‟ געזונגען פֿון לייבעלע כיניטש

WATCH: "My Mother's Shabbos Candles" Sung by Leibele Jinich

פֿון דזשאָרדין קוציק

אַזוי ווי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע און להיפּוך צו כּמעט אַלע אַנדערע לענדער אין די אַמעריקעס, זענען ס׳רובֿ אַרגענטינער אָפּשטאַמיקע פֿון אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן. די אַרגענטינער רעגירונג האָט ניט בלויז פֿאַרבעטן אימיגראַנטן זיך צו באַזעצן דאָרט, נאָר אויך, צוזאַמען מיט בראַזיל, אַפֿילו אונטערגעשטיצט פּראָיעקטן מאַסנווײַז צו באַזעצן אימיגראַנטן פֿון אַ געוויסן לאַנד צי פֿאָלק צוזאַמען, מע זאָל מאַכן פֿון זיי דאָרפֿישע אַגריקולטורעלע קאָלאָניעס.

אַזוי אַרום זענען אויפֿגעקומען אין אַרגענטינע קאָלאָניעס באַפֿעלקערט איבערהויפּט פֿון נײַ־געקומענע פֿון וויילז, דײַטשלאַנד, איטאַליע, אוקראַיִנע און שפּאַניע. דערפֿאַר האָט מען דאָרטן געפֿונען, און עס עקזיסטירן נאָך אַלץ עד־היום, ראַיאָינען פֿונעם לאַנד וווּ ס׳רובֿ אײַנווינער רעדן אַחוץ שפּאַניש די שפּראַכן פֿון זייערע אייראָפּעיִשע אָבֿות, אַרײַנגערעכנט וועלשיש און פֿאַרשידענע דיאַלעקטן פֿון איטאַליעניש און דײַטשיש. (דער דאָזיקער פֿענאָמען איז הײַנט מער בולט אין בראַזיל, וווּ מער ווי צוויי מיליאָן מענטשן רעדן נאָך פֿאַרשידענע דיאַלעקטן פֿון דײַטשיש און איטאַליעניש, כאָטש זייערע אָבֿות זענען געקומען פֿון אייראָפּע נאָך אין 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט).

פֿאָר וואָס דערמאָן איך דאָס אַלץ? ווײַל אין אַרגענטינע איז אויך געווען אַ ייִדישער ייִשובֿ, מאָזעסוויל. דאָרט האָבן זיך באַזעצט טויזנטער ייִדן, נײַ־געקומענע פֿון פּוילן און אוקראַיִנע. דער מעקסיקאַנער חזן לייבעלע כיניטש זינגט (אויבן) אַ ליד, וואָס ער געדענקט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקן שטעטל לעבן מאָזעסוויל. אין 2013 האָט ער געמאַכט אַן אינטערוויו מיט קריסטאַ וויטני ווי אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. הײַנט וווינט דער חזן כיניטש אין מעקסיקע.

אָט זינגט ער אַ ליד וועגן „מאָזעסוויל‟:

און אָט דערציילט ער וועגן אַ קאָמישן אינצידענט וואָס איז פֿאָרגעקומען אין זײַן יוגנט:

וואָס איז געוואָרן פֿון מאָזעסוויל? כאָטש עס וווינען דאָרט נאָך אַלץ אַ פּאָר צענדליק ייִדן וואָס פּרובירן אויפֿצוהאַלטן די אַלטע טראַדיציעס, איז דער ייִשובֿ מער־ווייניקער דורכגעפֿאַלן ווײַל מיט דער צײַט האָבן די אימיגראַנטן און זייערע קינדער געפֿונען מער עקאָנאָמישע געלעגנהייטן אין די גרויסע שטעט אַזוי ווי בוענאָס־אײַרעס.


ווידעאָ: „איידער איך לייג מיך שלאָפֿן‟ — געזונגען פֿון איזאַבעל פֿריי

WATCH: "Before I Go to Sleep" Sung by Isabel Frey

פֿון דזשאָרדין קוציק

עס זענען דאָ הונדערטער ווייניק באַקאַנטע ייִדישע פֿאָלקסלידער וועגן אָרעמקייט און דער אונטערדריקונג פֿון אַרבעטער. להיפּוך צו די שפּעטערדיקע לידער פֿון פּאָליטישע פּאָעטן ווי דוד איידלשטאַדט אָדער מאָריס ראָזענפֿעלד, זענען די אימאַזשן אין די דאָזיקע פֿאָלקסלידער אָפֿט מאָל אַ סך סובטילער. דאָס הייסט ניט, חלילה, אַז די לידער ווירקן ווייניקער אויפֿן האַרצן. פֿאַרקערט, אָפֿט מאָל רירט מער אָן אַזאַ ליד, ווײַל מע קען זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַן אָרעמע נייטאָרין צי שנײַדערקע אין אַ פֿאַבריק אויפֿן „איסט־סײַד‟ אָדער וואַרשע, האָט עס אַליין אויסגעטראַכט און פֿאַרשפּרייט בײַ דער אַרבעט דורכן זינגען פֿאַר אירע פֿרײַנד.

פּונקט אַזאַ ליד איז „איידער איך לייג מיך שלאָפֿן‟ — קורץ, פּשוט און שטאַרק, כאָטש די זיסקייט פֿון די נאָטן שטימט בכלל ניט מיטן טרויער פֿונעם ליד. רות רובין, וואָס האָט רעקאָרדירט דאָס ליד אין אין 1948 האָט איבערגעגעבן אַז דאָס ליד איז געווען פּאָפּולער בײַ ייִדישע אַרבעטער אין אַמעריקע. ס׳איז, אָבער, אַ פּנים, קיינמאָל ניט פֿאַרשריבן געוואָרן פֿאַר דער געשיכטע, צי דאָס ליד שטאַמט פֿון אַמעריקע, צי ערגעץ אין מיזרח־אייראָפּע, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, ווער עס האָט עס לכתּחילה מחבר געווען.

די עסטרײַכישע ייִדישע זינגערין איזאַבעל פֿריי האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ שיינעם נוסח פֿונעם ליד, וואָס מע קען הערן אויבן. פֿריי, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין דער ווינער ייִדישער קהילה, ספּעציאַליזירט זיך אין פּאָליטישע לידער, וואָס זי זינגט אויף פּראָטעסטן קעגן דער איצטיקער רעכט־געשטימטער רעגירונג אין לאַנד, וואָס רעכנט אַרײַן אין איר רעגירונגס־קאָאַליציע די פֿאַשיסטישע „עסטרײַכישע פֿרײַהייטס־פּאַרטיי‟. איר באַליבטסט ליד אויף יענע פּראָטעסטן: דווקא „דאַלוי פּאָליציי‟.


ווידעאָ: באַרימטע ישׂראלדיקע לידער אויף ייִדיש

WATCH: Israeli Songs in Yiddish

פֿון דזשאָרדין קוציק

לכּבֿוד דער אומאָפּהענגיקייט־פֿײַערונג „יום־העצמאות‟ שטעלן מיר פֿאָר אַ פּאָר באַקאַנטע ישׂראלדיקע לידער אויף ייִדיש, געזונגען פֿונעם פּאָפּולערן ישׂראלדיקן זינגער דוד עשת. די לידער געפֿינען זיך אויף צוויי פֿון זײַנע פּלאַטעס פֿון ישׂראלדיקע לידער איבערגעזעצט אויף ייִדיש.

עשת איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ אין 1933. פֿון דער היים האָט ער געהייסן דוד אײַזנקראַפֿט. אין 1950 האָט ער, צוזאַמען מיט זײַנע עלטערן, עולה געווען קיין ישׂראל. נאָכן דינען צוויי יאָר אין צה׳׳ל האָט ער אַ דאַנק זײַן שיין קול געפֿונען אַרבעט ווי אַ זינגער. צוליב זײַן שווערן אַקצענט אויף העברעיִש האָט מען אים אָבער ניט געוואָלט רעקאָרדירן. איז ער אַריבער אויף מאַמע־לשון און געפֿונען אַן אינטערעסאַנטע נישע, אַרויסלאָזנדיק די סאַמע פּאָפּולערסטע העברעיִשע לידער אין דער ייִדישער איבערזעצונג. זײַן גרעסטער שלאַגער איז געווען זײַן ייִדישער נוסח פֿון נעמי שמרס „ירושלים של זהבֿ‟, וואָס איז געווען די סאַמע פּאָפּולערסטע פּלאַטע אויף ייִדיש במשך פֿון דער ישׂראלדיקער געשיכטע.

ניט געקוקט אויף זײַן פּאָפּולעריטעט אין ישׂראל און צווישן זײַנע ייִדיש־רעדנדיקע אָנהענגער איבער דער וועלט, איז עשת הײַנט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן. איין סיבה דערפֿאַר איז, וואָס ער האָט מורא געהאַט אויפֿצוטרעטן אויף דער בינע און ס׳איז געווען זייער שווער אין ישׂראל צו יענער צײַט צו זײַן אַ שטערן, אויב מע זינגט ניט אויף קיין קאָנצערטן. דערצו האָט ער געזונגען, דער עיקר, אויף ייִדיש, און דער עולם וואָס זוכט אויס די אַלטע ייִדישע פּלאַטעס איז הײַנט, צום באַדויערן, אַ קליינע.

ווי מע קען הערן אין זײַן נוסח פֿון „הבֿאנו שלום עליכם‟ זענען די דזשעז־ און ראָק־אַראַנזשירונגען פֿון זײַנע לידער דעמאָלט געווען אַ נאָווינע אין דער ייִדיש־שפּראַכיקער מוזיק.

אפֿשר דאָס סאַמע באַקאַנטסטע ליד אויף העברעיִש אין אַמעריקע איז „הבֿה נגילה‟. אָט קען מען הערן ווי עשת פֿירט עס אויס אויף ייִדיש.

און אָט קען מען הערן דעם גאַנצן אַלבאָם „מיט ליבשאַפֿט פֿון ישׂראל‟. ספּעציעל כּדאַי צו הערן איז עשתס נוסח פֿון „ערבֿ של שושנים‟, וואָס הייבט זיך אָן בײַ 14:20.


ווידעאָ: מאָטי אילאָוויטש זינגט „ברכּת כּהנים‟ אין כינע

WATCH: Motty Illowitz Sings "The Priestly Blessing" in China

פֿון דזשאָרדין קוציק

שאַנכײַ, די גרעסטע שטאָט אין כינע, באַקאַנט פֿאַר איר קאָלאָסאַלן פּאָרט און אירע ריזיקע וואָלקן־קראַצערס, איז ניט קיין אָרט, וווּ מע וואָלט זיך געריכט, אַז מע קען הערן אַ ייִדיש ליד.

לעצטנס איז אָבער געפֿאָרן קיין שאַנכײַ אַ דעלעגאַציע פֿון חסידישע געשעפֿטסלײַט פֿאַרבונדן מיט דער פֿאַרזיכערונג־פֿירמע Mass Mutual. די גרופּע איז געפֿאָרן זען די ערטער, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע בשעתן חורבן, אַרײַנגערעכנט דעם אָרט פֿון דער אַמאָליקער שאַנכײַער געטאָ און דעם בנין, וואָס איז געווען די צײַטווײַליקע היים פֿון דער מירער ישיבֿה.

אויף אַ קבלת־פּנים פֿאַר די אויסלענדישע געסט איז אויפֿגעטראָטן דער אַמעריקאַנער חסידישער זינגער און מחבר פֿון באַקאַנטע חסידישע לידער, מאָטי אילאָוויטש מיט אַ רירנדיק ליד וועגן אַ שרעקלעכן אינצידענט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם לאַגער בערגן־בעלזען, און ווי אַזוי עס האָט געווירקט אויפֿן לעבן פֿון אַ ייִד, וואָס האָט אים דורכגעמאַכט. אילאָוויטש ווערט באַגלייט פֿונעם ישׂראלדיקן חסידישן כאָר „נרננה‟ און אַ ריי מוזיקער פֿונעם „שאַנכײַער סימפֿאָנישער אָרקעסטער‟.

גלײַכצײַטיק מיט דער מוזיק ווײַזט מען אויף אַן עקראַן ווי דער קינסטלער אַהרן־זאבֿ בערנשטיין צייכנט מיט זאַמד די געשעענישן וואָס קומען פֿאָר אינעם ליד.


ווידעאָ: ייִדישער „מיזירלו‟ פֿון קאַפּעליע „דזשוריטמיקס‟

WATCH: Yiddish Misirlou by Jewrythmics

פֿון דזשאָרדין קוציק

דער „מיזירלו‟, אַ באַקאַנט פֿאָלקסליד פֿונעם מיטלענדישן ראַיאָן וואָס איז אין די 1960ער יאָרן געוואָרן אַ טייל פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָפּקולטור, איז אין די יאָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געווען גוט באַקאַנט בײַ ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.

אויף דער פֿראַגע, ווי אַזוי האָבן ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע געהערט פֿונעם „מיזירלו‟, זענען דאָ צוויי טעאָריעס: די פּלאַטעס פֿון גריכישער און טערקישער מוזיק זענען בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט געווען פּאָפּולער בײַ די קלעזמער־מוזיקער אין פּוילן און אוקראַיִנע און ס׳איז גאַנץ מעגלעך, אַז מע האָט פֿון אַזעלכע פּלאַטעס אויפֿגעכאַפּט די מעלאָדיע און אים אַרײַנגעוועבט אין קלעזמער־לידער. עס קען אויך געמאָלט זײַן, אַז קלעזמער־מוזיקער האָבן עס געלערנט פֿון גריכישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע אין די 1920ער יאָרן און דאָס ליד איז צוריקגעבראַכט געוואָרן קיין אייראָפּע.

אַזוי צי אַזוי, ווייסט מען זיכער אַז דאָס ליד איז געווען פּאָפּולער בײַ ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. נאָך דעם ווי דאָס ליד איז אַרײַן אין עטלעכע קלעמזער־קאָמפּאָזיציעס האָט מען צוגעטראַכט ייִדישע ווערטער צום ליד. (עס זענען דאָ כאָטש צוויי נוסחאָות).

אין 2010 איז אַן עלעטראָפּאָפּישע ווערסיע פֿונעם „מיזירלו‟, באַגלייט מיט אַ ייִדישן טעקסט, אַרויסגעלאָזט געוואָרן דורכן זינגער דזשאָ פֿלײַש און זײַן קאַפּעליע Jewrythmics. פֿלײַש, אַ ייִדיש־רעדנדיקער זון פֿון פּוילישע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, איז אויפֿגעוואַקסן אין דײַטשלאַנד. צוזאַמען מיט די גרופּעס Jewrythmics און „די ייִדישע מאַלפּעס‟ שטעלט ער פֿאָר אַלטע ייִדישע לידער אינעם „עלעקטראָפּאָפּ‟־סטיל, וואָס איז פּאָפּולער אין די אייראָפּעיִשע נאַכטקלובן. בעת אַן אינטערוויו מיטן זשורנאַל Vice, האָט ער דערקלערט, אַז ער וויל שאַפֿן ייִדישע מוזיק ווי אַזוי עס וואָלט געקלונגען ווען ס׳וואָלט נישט פֿאָרגעקומען דער חורבן.

פֿלײַש האָט אויך איבערגעזעצט אויף ייִדיש אַ ריי פּאָפּולערע דײַטשישע לידער, וואָס ווערן געזונגען סײַ דורך אים, סײַ דורך מער באַקאַנטע אייראָפּעיִשע זינגער. ווי מע קען זען אינעם ווידעאָ אויבן, זענען זיי פּראָדוצירט אויף זייער אַ הויכן ניוואָ. ווי מע קען אויך זען פֿון די מוזיק־ווידעאָס אינעם אַרטיקל אויף Jewniverse, האָט ער אויך ניט קיין מורא אַליין אויפֿצוטרעטן אין ווידעאָס, וואָס זענען אַ ביסל צו גרעבלעך פֿאַר אונדזער צײַטונג. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַזעלכע ווידעאָס, ווי אויך זײַן אוניקאַלן „מיזירלו‟, זעען אויס ווי עפּעס פֿון אַ פּאַראַלעלן אוניווערס, אין וועלכן עס זינגען הונדערטער עלעקרטאָפּאָפּ־גרופּעס אויף מאַמע־לשון.

אַ מער טראַדיציאָנעלן ייִדישן נוסח פֿונעם „מיזירלו‟, געזונגען פֿונעם ייִדישן אַקטיאָר סימאָר רעכטצײַט קענט איר דאָ הערן:


ווידעאָ: „חד־גדיא‟ אויף ייִדיש, לשון־קודש, דזשודעזמע און נאָך

WATCH: Chad Gadyo in Yiddish, Aramaic, Ladino and More

פֿון דזשאָרדין קוציק

ניט געקוקט אויף דעם וואָס דאָס ליד „חד־גדיא‟ (איין ציגעלע, אויף אַרמיש) איז שוין מער ווי 400 יאָר אַ טייל פֿונעם סדר, האָבן די ווערטער ניט קיין קלאָרן שײַכות צום יום־טובֿ פּסח.

לכתּחילה איז דאָס ליד מסתּמא געווען סתּם אַ מיטל צו פֿאַרווײַלן די קינדער בײַם סדר. אַזוי ווי דאָס דריידל האָט מען עס אָבער שפּעטער אויסגעטײַטשט אויף אַ מער ערנסטן אופֿן: דאָס ציגעלע רעפּרעזענטירט דאָס ייִדישע פֿאָלק און די אַנדערע בעלי־חיים און חפֿצים סימבאָליזירן די פֿעלקער, וואָס האָבן געהערשט איבער ארץ־ישׂראל. אַזוי אַרום ווערט דאָס קעצעלע באַטראַכט ווי אָשור, דער שטעקן — בבֿל, דאָס פֿײַער — פּערסיע, — דאָס וואַסער — מוקדון, דער אָקס — די רוימישע אימפּעריע, דער שוחט — מצרים און, דער מלך־המוות — די טערקן. לויטן דאָזיקן פּירוש רעפּרעזענטירן די צוויי זוזים (אַ גאָר אַלטע ייִדישע מטבע) די צוויי טאָוולען, אויף וועלכן גאָט האָט אײַנגעקריצט די צען געבאָט.

דאָס ליד, אָנגעשריבן אויף לשון־קודש (מערסטנס אַרמיש), איז געוואָרן גאָר פּאָפּולער אויף אַ ריי ייִדישע שפּראַכן, בפֿרט אין דער ספֿרדישער און מיזרחדיקער וועלט, וווּ מע האָט הונדערטער יאָרן געזונגען פֿאַרשידענע נוסחאָות פֿונעם ליד אויף דזשודעזמע, האַקאַטיִאַ (אַ מאָראָקער וואַריאַנט פֿון דזשודעזמע) און ייִדיש־אַראַביש. אויף ייִדיש זינגט מען דאָס ליד שוין איבער 150 יאָר. די „קלאַסישע‟ ייִדישע איבערזעצונג האָט געמאַכט יצחק לוקאָווסקי. אַ צווייטע פּאָפּולערע ייִדישע איבערזעצונג האָט געשאַפֿן יצחק פּירזשניקלאָוו.

אויבן קען מען הערן, ווי שלום לעמער שטעלט פֿאָר משה אוישערס נוסח פֿון „חד־גדיא‟, וואָס טראָגט שטאַרקע השפּעות סײַ פֿונעם טראַדיציאָנעלן חזנות, סײַ פֿון דזשעז.

אָט זינגט דער „זמירות־כאָר‟ זייער אייגענעם ייִדישן וואַריאַנט פֿון „חד־גדיא‟, וואָס מע האָט צוגעפּאַסט צום ניגון פֿונעם „פּינגווין־טאַנץ‟, אַ טאַנץ פֿון סאַודיע, וואָס איז געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער בײַ די חסידים מיט פֿינף יאָר צוריק.

אָט זינגט טובֿה בן־צבֿי „חד־גדיא‟ אויף ייִדיש אין דער איבערזעצונג פֿון יצחק לוקאָווסקי.

אָט קען מען הערן ווי אַ טראַדיציאָנעלע מאָראָקאַנער ייִדישע קאַפּעליע שטעלט פֿאָר דאָס ליד אויף האַקאַטיִאַ און אַראַביש.

און אָט איז אַ טראַדיציאָנעלער נוסח פֿונעם ליד אויף דזשודעזמע:


ווידעאָ: „אויפֿן ניל‟ געזונגען פֿונעם „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר‟

WATCH: "On The Nile" Sung by the Jewish People's Philharmonic Chorus

איך האַלט שוין פֿון לאַנג אַז דאָס פּסח־ליד „אויפֿן ניל‟ איז איינס פֿון די שיינסטע יום־טובֿדיקע לידער אויף ייִדיש. דאָס ליד, אָנגעשריבן פֿון אַבֿרהם רייזען מיט פּרעכטיקער מוזיק פֿון מיכל געלבאַרט, דערמאָנט דאָס רוישן פֿונעם גרויסן טײַך, אויף וועלכן דאָס עופֿעלע משה איז געפֿאָרן אין אַ קעסטל.

אין די אַמאָליקע וועלטלעכע ייִדישע שולן אין אַמעריקע איז דאָס ליד געווען זייער פּאָפּולער. הײַנט איז ער, צום באַדויערן, כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן, ווײַל להיפּוך צו אַ סך אַנדערע יום־טובֿדיקע לידער אויף ייִדיש איז עס ניט מגולגל געוואָרן אין אַ העברעיִשן צי ענגלישן נוסח. דערצו, להיפּוך צו „אַ סוכּהלע אַ קליינע‟ (אויך פֿון אַבֿרהם רייזען), וואָס איז ברייט באַקאַנט אויף דער חסידישער גאַס, הערט מען בכלל ניט „אויפֿן ניל‟ בײַ די חסידים, מסתּמא צוליב דעם סעקולערן באַגריף דערמאָנט אין דער לעצטער שורה: משה רבינו ווי דער „משיח‟ פֿון די קנעכט.

האָפֿנטלעך וועט דאָס ליד ווערן מער באַקאַנט אַ דאַנק דעם פּרעכטיקן נײַעם נוסח פֿונעם „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר‟. בנימין שעכטערס אימפּרעסיאָניסטישע אַראַנזשירונג, מיט ציכטיקע האַרמאָניעס, לעבט אויף געלבאַרטס מוזיק אויף אַזאַ אופֿן, אַז מע קען ממש הערן ווי עס פֿליסן די וואַסערן פֿונעם ניל.

דער ווידעאָ איז געמאַכט געוואָרן בעת אַ קאָנצערט אין אָקטאָבער 2018 בײַם „מערקין קאָנצערט־זאַל‟ אינעם „קאַופֿמאַן מוזיק־צענטער‟ לעבן לינקאָן־צענטער. דעם כאָר, דיריגירט פֿון בנימין שעכטער, האָט באַגלייט אויף דער פּיאַנע סעט ווײַנשטיין.

אונטערקעפּלעך אויף ענגליש, אויף טראַנסקריבירטן ייִדיש אָדער מיט ייִדישע אותיות, קען מען זען דורכן קוועטשן אויף די אותיות CC.


ווידעאָ: „טײַערער טאַטע‟ געזונגען פֿון אלי און מרדכי בינעט

WATCH: "Daddy Dear" Performed by Eli and Mordche Bineth

די ענגליש־שפּראַכיקע לידער פֿון מרדכי בן דוד און אַ ריי אַנדערע אַמעריקאַנער זינגער פֿאַרבונדן מיט חב׳׳ד אַזוי ווי משה יעס און אַבֿרהם פֿריד זענען שוין פֿון לאַנג פּאָפּולער בײַ די חסידים אין ניו־יאָרק. אין די לעצטע פּאָר יאָר הערט מען אַלץ מער, ווי מע זעצט די דאָזיקע לידער איבער אויף מאַמע־לשון. 

לעצטנס האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אויף יוטוב אַ ווידעאָ, אין וועלכן דער זינגער, חזן און בעל־תּפֿילה אלי בינעט שטעלט פֿאָר זײַן ייִדישע איבערזעצונג פֿון מרדכי בן דודס Daddy Dear צוזאַמען מיט זײַן זון מרדכי. אלי בינעט איז אַ מיטגרינדער פֿון דער גרופּע „פֿאָרנדיקע חסידים‟, אַ קירובֿ־אָרגאַניזאַציע פֿון בעלזער חסידים וואָס פֿאַרברענגען שבת בײַ ייִדישע קהילות איבערן לאַנד. 

אָט קען מען זען ווי מרדכי בן דוד שטעלט פֿאָר דאָס ליד. 


ווידעאָ: „בריוועלע‟ געזונגען פֿון מאָטי אילאָוויטש

WATCH: "Letter" Sung by Motty Illowitz

איך האָב שוין עטלעכע מאָל געשריבן אין „עונג־שבת‟ וועגן די רײַכקייט פֿון מאָטי אילאָוויטשעס לידער. נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן אים קען מען לייענען אין די פֿריִערדיקע אַרטיקלעך וועגן זײַנע לידער „דרײַ יאָר און „בערל‟.

לעצטנס האָט אילאָוויטש אַרויפֿגעשטעלט אויף זײַן יוטוב־קאַנאַל אַ ווידעאָ, אין וועלכן ער זינגט זײַן ליד „בריוועלע‟ צוזאַמען מיטן „ידידים‟־כאָר. דאָס אַלעגאָרישע ליד דערציילט פֿון אַן אוראַלטן מלך, וואָס טרויערט אויף דער פּטירה פֿון זײַן בריוושרײַבער, וואָס צו זײַנע כּתבֿים קען קיינער זיך ניט פֿאַרגלײַכן. דאָס ליד איז, בעצם, ניט בלויז אַ מעטאַפֿאָר פֿאַרן טרויער בײַם פֿאַרלירן אַ קרובֿ צי פֿרײַנד, נאָר אפֿשר אויך אַ מין הספּד אויפֿן דור פֿון זײַן באָבע־זיידע, די חסידים פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס זענען געקומען פֿון אַ סבֿיבֿה, וואָס וויליאַמבסורג אָדער מאָנסי וועט קיינמאָל ניט קענען אין גאַנצן פֿאַרטרעטן.


„פּוטיפֿרס ווײַב‟ געזונגען פֿון ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן

"Potiphar's Wife" Sung by Lifshe Schaechter-Widman

„פּוטיפֿרס ווײַב און יוסף‟ פֿון גויִדאָ רעני

https://soundcloud.com/ctmd-1/potifers-vab-hot-mekh-ungeredt

עס איז געווען ברייט פֿאַרשפּרייט בײַ ייִדן אין דער אַלטער היים פֿאָרצושטעלן פּורים־צײַט שפּילן וועגן מכירת יוסף. אין דער בוקאָווינע זענען אָט די שפּילן געווען אַזוי שטאַרק פֿאַרבונדן מיט פּורים, אַז מע האָט אַמאָל אַפֿילו אָנגערופֿן די פּורים־שפּילער „מכירת יוסף־שפּילער‟.

אויף זײַן בלאָג „דאָס ייִדישע ליד פֿון דער וואָך‟ האָט ד׳׳ר איציק גאָטעסמאַן לכּבֿוד פּורים אַרויפֿגעשטעלט אַ ליד פֿון אַ מכירת־יוסף־שפּיל, וואָס זײַן באָבע, די זינגערין און שרײַבערין ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן, האָט געהערט אין איר שטעטל זוויניעטשקע. דאָס ליד האָט מען רעקאָרדירט אין 1954.

דאָס ליד גיט איבער די מעשׂה אין בראשית, וווּ דאָס ווײַב פֿון אַ מיצרישן אָפֿיציר פּרובירט צו פֿאַרפֿירן יוספֿן.

אָט איז דער טעקסט צום ליד:

פּוטיפֿרס ווײַב האָט מיך אָנגערעדט
איך זאָל מיט איר שלאָפֿן
איך זאָל מיט איר שלאָפֿן.
איך האָב געטון אַ באָרע מיטן יצר־הרע
אַז גאָט וועט מיך שטראָפֿן

פּוטיפֿרס ווײַב האָט מיך אָנגערעדט
מיר זאָלן שלאָפֿן ביידע
מיר זאָלן שלאָפֿן ביידע
איך האָב געטון אַ באָרע מיטן יצר־הרע
אַז יצחק איז מײַן זיידע.

פּוטיפֿרס ווײַב האָט מיך אָנגערעדט
מיר זאָלן זײַן צוזאַמען
מיר זאָלן זײַן צוזאַמען
איך האָב געטון אַ באָרע מיטן יצר־הרע
אַז רחל איז מײַן מאַמע.


ווידעאָ: „שלח־מנות היטלערן‟

Video: Purim Gifts for Hitler

אַפֿילו איידער עס האָט זיך געענדיקט די צווייטע וועלט־מלחמה, האָט מען געשאַפֿן לידער וועגן היטלערן, פֿאַרגלײַכנדיק אים מיט המן הרשע. אין דעם סאָוועטיש־ייִדיש־ליד „שלח־מנות היטלערן‟, וואָס מע האָט אַרײַנגענומען אינעם „גרעמי‟־נאָמינירטן אַלבאָם „ייִדישע פּראַכט‟, הערט מען ווי דער דײַטשישער פֿירער ווערט „פֿאַרשריבן אויף אַ צעטל‟ צוזאַמען מיט המן־הרשע און אַ ריי אַנדערע מנהיגים, וואָס האָבן געוואָלט פֿאַרטיליקן דאָס ייִדישע פֿאָלק. עס זינגט פּסאָי קאָרעלענקאָ.

אָט קען מען זען אַ קורצן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן „שלח־מנות היטלערן‟, אין וועלכן ד׳׳ר אַנאַ שטערנשיס, די הויפּט־פֿאָרשערין פֿונעם אַלבאָם, רעדט וועגן דער געשיכטע פֿונעם קאַמפֿליד. אינעם ווידעאָ זעט מען אויך ווי מע שטעלט פֿאָר דאָס ליד אויף אַ קאָנצערט.


ווידעאָ: ד״ר דוד ראָסקעס לייענט די מגילה אויף ייִדיש

WATCH: Dr. David Roskies Reads the Megillah in Yiddish

דער גרויסער פּאָעט און איבערזעצער יהואש האָט אַחוץ זײַן איבערזעצונג פֿון תּנ׳׳ך, אויך פֿאַרטײַטשט הענרי וואַדסוואָרט לאָנגפֿעלאָוס „ליד פֿון היאַוואַטאַ‟ און אַפֿילו אַ טייל פֿונעם קאָראַן. ס׳קען זײַן, אַז פֿון זײַן קלאַסישער תּנ״ך־איבערזעצונג איז דער סאַמע באַקאַנטסטער טייל הײַנט זײַן ייִדישער נוסח פֿון „מגילת אסתּר‟, ווײַל ער ווערט פֿאָרגעלייענט אויף פּורים־שׂימחות איבער דער גאָרער וועלט. יעדעס יאָר, למשל, לייענט די „פֿאָלקסבינע‟ פֿאָר די מגילה ווי דער הויפּטטייל פֿון איר פּורים־שׂימחה. דער סטיל פֿון יהואשס איבערזעצונג האָט זיכער אויך משפּיע געווען אויף דער שפּראַך פֿון איציק מאַנגערס אייגענער „מגילה‟.

אין 2016 האָט ד׳׳ר דוד ראָסקעס פֿאָרגעלייענט די מגילה אין יהואשס איבערזעצונג אויף אַ פּורים־פֿײַערונג אין ירושלים. אָט איז אַן אויסצוג פֿונעם אויפֿטריט, וואָס ד׳׳ר ראָסקעס שטעלט פֿאָר מיט אַ ריי הומאָריסטישע אַקצענטן און וויצן. טשיקאַווע איז צו באַמערקן, אַז בײַ די וואָס קענען סײַ ענגליש, סײַ ייִדיש, איז די שפּראַך פֿון די אונטערקעפּלעך אַ סך שווערער צו פֿאַרשטיין ווי דער ייִדישער טעקסט. די סיבה דערפֿון איז, ווײַל די אונטערקעפּלעך באַנוצן זיך מיט דער איבערזעצונג פֿון דער תּקופֿה פֿונעם קעניג דזשיימס, וואָס בלײַבט עד־היום דער סטאַנדאַרט אויף ענגליש, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ מענטשן קענען עס ניט געהעריק פֿאַרשטיין. די ביבל פֿונעם קעניג דזשיימס האָט מען אָנגעשריבן אָנהייב 17טן יאָרהונדערט, און יהאוש האָט פֿאַרענדיקט זײַן תּנ׳׳ך־איבערזעצונג מיט ווייניקער ווי הונדערט יאָר צוריק.

די גאַנצע מגילה אויף ייִדיש קען מען הערן דאָ:


ווידעאָ: זײַט זיך משׂמח פּורים הערנדיק די חנעוודיקע לידער

WATCH: Celebrate Purim With These Delightful Songs

פּורים איז איינער פֿון די פֿריילעכסטע יום־טובֿים אינעם לוח און דערפֿאַר גלוסט זיך דעמאָלט צו זינגען. צווישן די אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער צייכענען זיך אויס צוויי סײַ מיט זייער פּאָפּולעריטעט, סײַ מיט זייער פֿאָלקסטימלעכקייט.

אַזוי ווי אַ סך ייִדישע פֿאָלקסלידער, איז „דער רבי אלימלך‟ אין דער אמתן ניט קיין פֿאָלקסליד, ווײַל מע ווייסט, אַז משה נאַדיר האָט עס אָנגעשריבן אין 1927. אַזוי ווי בײַ אַ סך פּאָפּולערע ייִדישע לידער, איז עס אָבער פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן און מע האָט עס געזונגען אין פֿאַרשידענע וואַריאַנטן.

דאָס ליד אַליין דערמאָנט ניט דעם יום־טובֿ פּורים, אָבער ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, פֿאַר וואָס דער רבי אלימלך וואָלט זיך אַזוי אָנגעשיכּורט בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט. אינעם דאָזיקן פֿילם זינגען די ברידער לעמער (יעקבֿ, כעסקי און שלום) זייער נוסח פֿונעם ליד אויף אַ חתונה.

אויך כּדאַי צו הערן איז דער נוסח פֿונעם באַקאַנטן פֿידלער יצחק פּערלמאַן, באַגלייט פֿונעם קלאַרנעט־שפּילער ישׂראל זוהר און אַן אָרקעסטער.

פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען געלערנט דאָס ליד „המן־טאַשן‟ („יאַכנע דוואָשע פֿאָרט אין שטאָט‟ אָדער „האָפּ מײַנע המן־טאַשן‟) אין כּמעט אַלע וועלטלעכע ייִדישע שולן. כאָטש עס ווערט, אַזוי ווי „אַז דער רבי אלימלך‟, הײַנט באַטראַכט ווי אַ פֿאָלקסליד, ווייסט מען יאָ, אַז מ. פּיראָזשניקאָוו האָט עס מחבר געווען.

אָט איז דער באַקאַנטסטער נוסח פֿונעם ליד, וואָס טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל האָט געמאַכט אין 1967.

אַ מער טראַדיציאָנעלן נוסח הערט מען אויף שׂרה גאָרביס רעקאָרדירונג:


ווידעאָ: פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרשע שׂרה־רחל שעכטער רעדט וועגן די הײַנטיקע פֿאָרווערטס־לייענער

WATCH: Forverts Editor Rukhl Schaechter Describes Our Readership

אַזוי ווי אַ סך פּראָמינענטע פּערזענלעכקייטן אין דער ייִדיש־וועלט איז די רעדאַקטאָרשע פֿון פֿאָרווערטס, שׂרה־רחל שעכטער, אינטערוויויִרט געוואָרן פֿאַרן „פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה‟ בײַם ייִדישן ביכער־צענטער. כאָטש מע האָט געמאַכט דעם אינטערוויו אין 2014, האָט מען די וואָך אַרויסגעלאָזט עטלעכע אויסצוגן פֿונעם אינטערוויו מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך.

אינעם דאָזיקן אויסצוג דערקלערט שעכטער ווער עס לייענט הײַנט דעם פֿאָרווערטס אויף דער אינטערנעץ און פֿאַר וואָס דווקא די חסידים, און ניט די געוועזענע חסידים, האָבן אַ גרעסערע נטיה צו לייענען אונדזער וועבזײַט. דערצו שילדערט זי ווי אַזוי דער פֿאָרווערטס פּאַסט זיך צו צו דער דיגיטאַלישגער ספֿערע.

כאָטש מע האָט אין אויגוסט 2014 ניט געוווּסט, אַז די געדרוקטע צײַטונג וועט אין גיכן ווערן אַ חודשלעכער זשורנאַל און דערנאָך אויפֿהערן אין גאַנצן אַרויסצוגיין, דערקענט מען בולט פֿונעם אינטערוויו, אַז מע האָט שוין פֿאַרשטאַנען, אַז די צוקונפֿט פֿונעם פֿאָרווערטס איז אַ דיגיטאַלע.


ווידעאָ: יום־טובֿ עהרליכס „די נאַטור‟ געזונגען דורך יואלי פֿאַלקאָוויטש

WATCH: Yom Tov Ehrlich's "Nature" Sung by Yoeli Falkowitz

די לידער פֿונעם באַקאַנטן מחבר, ר׳ יום־טובֿ עהרליך, זענען עד־היום פּאָפּולער בײַ די חסידים — אַפֿילו בײַ די ייִנגערע, וואָס עס איז זיי שווער צו פֿאַרשטיין זײַן ליטווישן ייִדיש. דערצו איז זײַן מוזיקאַלישער סטיל — דאָס זינגען מעלאָדיעס פֿון רוסישע פֿאָלקסלידער, באַגלייט מיט אַן אַקאָרדעאָן — הײַנט היפּש אַלטמאָדיש. פֿון דעסט וועגן, שטערט דאָס נישט זײַן פּאָפּולאַריטעט דאָ אין אַמעריקע.

מיט זײַן זאַפֿטיקן ייִדיש און אימאַזשן וואָס שטאַמען סײַ פֿון תּנ׳׳ך, סײַ פֿון דער מאָדערנער ליטעראַטור און פּאָפּולערער קולטור, איז עהרליך אָן שום ספֿק דער גדול־הדור פֿון די פֿרומע נאָך־מלחמהדיקע מחברים פֿון זינגלידער. זײַנע לידער, בסך־הכּל איבער 450, נעמען אַרײַן פֿילצאָליקע זשאַנערס און באַהאַנדלען אַ ברייטע גאַמע טעמעס אויף אַזאַ גרויסן פֿאַרנעם, אַז די איינציקע ייִדישע מחברים פֿון זינגלידער וואָס קענען זיך פֿאַרגלײַכן מיט אים זענען מאַרק וואַרשאַווסקי און מרדכי געבירטיג (ס׳איז קלאָר, אַז ער איז געווען באַקאַנט מיט די לידער פֿון ביידע מחברים).

כּדי צו ברענגען די רײַכקייט פֿון יום־טובֿ עהרליך צו די יונגע דורות חסידים טרעטן הײַנט אויף אַ סך זינגער מיט זײַנע לידער. מע זעצט זיי איבער אויף ענגליש און העברעיִש און מע זינגט זיי מיטן „הײמישן‟ דרומדיקן אַרויסרייד וואָס מע הערט הײַנט אין די אַמעריקאַנער חסידישע קרײַזן. דערצו שאַפֿט מען נײַע קאָמפּאָזיציעס צו באַגלייטן זײַנע ווערטער, וואָס פּאַסן זיך בעסער צו צום געשמאַק פֿונעם הײַנטיקן חסידישן עולם.

אויבן קען מען, למשל, הערן ווי יואלי פֿאַלקאָוויטש שטעלט פֿאָר זײַן פּרעכטיקן נוסח פֿון עהרליכס „די נאַטור‟, באַגלייט פֿון אַ גרויסן אָרקעסטער דיריגירט פֿון אַבֿרהמי בערקאָ.

און אונטן קען מען הערן ווי ר׳ יום־טובֿ עהרליך האָט אַליין געזונגען דאָס ליד:

אָט קען מען הערן ווי דער פּאָפּולערער ליובאַוויטשער זינגער אַבֿרהם פֿריד שטעלט פֿאָר דאָס ליד ווי אַ טאַנגאָ:


ווידעאָ: משה אוישער זינגט „לעבעדיק און פֿריילעך זײַן‟

WATCH: Moishe Oysher Sings "Lively and Happy"

משה אוישער און זײַן דעמאָלטיקע פֿרוי פֿלאָרענץ ווײַס האָבן געשפּילט צוזאַמען אין אַ ריי ייִדישע פֿילמען אין די סוף־1930ער יאָרן. ביידע אויסגעצייכנטע זינגער, האָבן זיי געקלונגען נאָך בעסער ווען זיי האָבן אויפֿגעטראָטן אין איינעם.

אינעם פֿילם „יאַנקל דער שמיד‟ שפּילט פֿלאָרענץ ווײַס רבֿקה, אַ חתונה־געהאַטע פֿרוי, וואָס איר מאַן איז איר נימאס געוואָרן, פּרובירט זי צו פֿאַרפֿירן דעם שמיד יאַנקל (משה אוישער) דורכן זינגען מיט אים שיינע לידער.

ס׳איז מיר ניט קלאָר, צי דאָס סווינג־ליד „לעבעדיק און פֿריילעכס‟ איז עפּעס וואָס אַ ייִדיש מיידל וואָלט טאַקע זיך אויסגעלערנט אין דער גרויסער שטאָט און אַרײַנגעבראַכט אין שטעטל, צי עס האַנדלט זיך בלויז וועגן אַן אַנאַכראָניזם (דער פֿילם, וואָס דאַרף פֿאָרקומען אין דער אַלטער היים, איז פּראָדוצירט געוואָרן אין אַמעריקע). ווי עס זאָל ניט זײַן, איז עס וווּנדערלעך שיין.

„יאַנקל דער שמיד‟ האָט מען געמאַכט אויפֿן סמך פֿון דוד פּינסקיס פּיעסע פֿונעם זעלביקן נאָמען, אונטערן רעזשי פֿון עדגאַר אולמער.


ווידעאָ: יוסי דעסער זינגט „מײַן זיידע‟ אויף ייִדיש

WATCH: Yossi Desser Sings "My Zeidy" in Yiddish

משה יעס איז געווען אַ פּאָפּולערער זינגער אויף ענגליש בײַ די חב׳׳ד־חסידים בכלל, און בײַ די חב׳׳ד בעלי־תּשובֿות בפֿרט. אַליין איינער וואָס איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אַ וועלטלעכער משפּחה און שפּעטער פֿרום געוואָרן, האָט יעס געהערט צו אַ גרופּע חב׳׳ד־מוזיקער וואָס איז געווען גוט באַהאַוונט אין דער וועלטלעכער אַמעריקאַנער קולטור און האָט געשטרעבט צו שאַפֿן אַ מין סינטעז צווישן דער אַמעריקאַנער און ייִדישער קולטור.

להיפּוך צו אַ סך לידער פֿון דעם שניט, בפֿרט די הײַנטיקע, קלינגען ניט יעס׳ לידער האַמעטנע אָדער איבערגעטריבן, נאָר אויטענטיש און אַפֿילו פֿאָלקסטימלעך. טאַקע דערפֿאַר זענען זײַנע לידער פּאָפּולער געוואָרן ניט בלויז בײַ פֿרומע ייִדן, נאָר אויך אויף דער ברייטער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס. זײַן שלאַגער, „מײַן זיידע‟, אויף מאַמע־לשון, האָט טאַקע אַ ייִדישן טעם.

דאָס ליד האָט איבערגעזעצט דער פּאָעט און לאַנגיאָריקער רעדאַקטאָר משה סחר, וואָס איז באַזונדערס פֿעיִק בײַם איבערזעצן רוסישע, אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע לידער אויף ייִדיש. סחר, צוזאַמען מיט דער באַרימטער זינגערין חוה אַלבערשטיין, האָט לעצטנס באַקומען אַ פּרעמיע פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג ווי אַן אָנערקענונג פֿון זײַנע אויפֿטוען לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך.

די איבערזעצונג האָט סחר געשאַפֿן אויף דער בקשה פֿונעם זינגער דודו פֿישער, וואָס האָט דאָס ליד אַרײַנגענומען אין זײַנעם אַן אַלבאָם ייִדישע לידער. אויבן זינגט דער ייִדישער זינגער יוסי דעסער זײַן נוסח פֿונעם ליד.

אונטן קען מען הערן, ווי משה יעס האָט פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד אויף אַ קאָנצערט אין 1981.