No Place Like Home

געבראָטענע פֿיש און האָניק־לעקעך לכּבֿוד ראש־השנה

Roast Fish and Honey Cake for Rosh Hashanah

פֿון שׂרה־רחל שעכטער, איוו יאַכנאָוויץ

די מערן אינעם פֿיש רעפּרעזענטירן מזל־ברכה, און דער האָניק־לעקעך זאָגט אונדז צו אַ זיס יאָר.


קלוגע עצות פֿון טאַטע־מאַמע

Clever Advice From Moms and Dads

אַ סך עלטערן זאָרגן זיך, אַז זייערע קינדער נעמען נישט אײַן די נייטיקע וויטאַמינען און מינעראַלן יעדן טאָג, ווײַל די קינדער זאָגן, אַז זיי האָבן פֿײַנט גרינסן. אין אַ טייל פֿאַלן עסט דאָס קינד גאָרנישט, אַחוץ סטאַשקעשמיר און אײַנגעמאַכטס אויף ברויט בײַ יעדער מאָלצײַט.

די זאָרג איז אַ באַרעכטיקטע, ווײַל אַ קינד דאַרף טאַקע האָבן די וויטאַמינען, כּדי צו וואַקסן ווי געהעריק. די נערונג־ספּעציאַליסטין סוזען מאַק׳ווילען האַלט אָבער, אַז אַ סך עלטערן ווייסן פּשוט נישט, ווי אַזוי צו דערלאַנגען די גרינסן צום טיש אויף אַן אופֿן, וואָס קען געפֿעלן ווערן די קינדער. אָט זענען אַ פּאָר פֿון אירע עצות:

* אויב איר האָט ביז איצט געגעבן די קינדער געקאָכטע גרינסן אָן שום סאָוס, פּרוּווט „אַרײַנשמוגלען‟ די גרינסן דורך מאַכן אַ גרינסן־זופּ און דערנאָך עס צעמאָלן מיט אַ שפּײַזמאַשין; באַשיט פּיצע מיט די גרינסן איידער איר באַקט עס אין אויוון, אָדער גיט אַרײַן ווייניקער פֿלייש, און מער גרינסן, אין אײַער טשאָלנט אָדער קאַסעראָל.

* אַ סך קינדער וועלן גיכער עסן גרינסן, אויב זיי קענען עס אײַנטינקען אין עפּעס, אַזוי ווי כומוס, „סאַלסאַ‟ אָדער סאַלאַט־סאָוס.

* מאַכט אַ „פֿרוכט־שייק‟ אָדער מישמילעך דורכן צעמאָלן שפּינאַט־בלעטער, אַוואָקאַדאָ, באַנאַנע און יאַגדע־יאָגורט. די באַנאַנע און יאַגדע־יאָגורט וועט צוגעבן אַ זיסלעכן טעם, וואָס וועט מסתּמא געפֿעלן ווערן די קינדער (זעט רעצעפּט).

* אויב אײַער קינד האָט ליב אַ קאַרטאָפֿל־פּורע (mashed potatoes), צעקוועטשט געקאָכטע מערן אָדער אַנדערע גרינסן און מישט זיי אַרײַן אין דער פּורע. אויב זיי האָבן ליב קעז, פֿרעגט זיי, אויב זיי ווילן אויספּרוּוון אַ גרינס געבאַקן מיט צעריבענעם פּאַרמעזשאַנער קעז.

* אויב דאָס קינד האָט ליב מאַקאַראָנען מיט טשעדאַר־קעז, מישט אַרײַן צעמאָלענע געקאָכטע קירבעס, וואָס האָט דעם זעלבן קאָליר ווי טשעדאַר־קעז, און באַקט עס אַזוי אין אויוון


קלוגע עצות פֿון טאַטע־מאַמע

Clever Advice From Moms and Dads

אויב איר האָט קליינע קינדער אין דער היים, אָדער אַפֿילו אויב עס קומען צו אײַך אַ מאָל יונגע געסט (אייניקלעך, אָדער די קינדער פֿון אײַערע פֿרײַנד), איז גוט זיך צו דערוויסן די אײַנפֿאַלן פֿון שאַפֿערישע עלטערן בײַם דערציִען קינדער. פֿון איצט אָן וועט איר געפֿינען אין יעדן נומער פֿון „נײַעס פֿאַר בני־בית‟ אַ ריי אײַנפֿאַלן אַזוינע, וואָס קאָנען אײַך אויך צו־ניץ קומען.

אויב איר האָט אַליין אויסגעטראַכט אַ מיטל צו העלפֿן קינדער, שיקט עס אונדז אַרײַן מיט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע דערפֿון, וועלן מיר עס אפֿשר אויך אָפּדרוקן.

1. אויב אײַער קינד איז צו קליין צו דערגרייכן דעם קראַן פֿון אָפּגאָס, פֿאַרלענגערט דאָס רערל פֿון קראַן מיט דער הילף פֿון אַ ליידיקער שאַמפּו־פֿלאַש. שנײַדט אויס אַ לאָך פֿון אונטן און שלעפּט די פֿלאַש אַרויף אויפֿן קראַן, וועט דאָס וואַסער אַרויסרינען נענטער צום קינד.

    

2. אויב איר ווילט, אַז דער מיטאָג וואָס איר לייגט אַרײַן אין אײַער קינדס מיטאָג־קעסטל, זאָל בלײַבן קיל, לייגט אַרײַן מיט אַ נאַכט פֿריִער אַ שוואָם אין פֿרירער, און פּאַקט עס אײַן אינעם קעסטל דעם צווייטן אינדערפֿרי. דאָס האָט נאָך אַ מעלה: דאָס קינד קען מיטן שוואָם אָפּווישן דעם טיש, איידער ער לייגט דאָרט אַוועק זײַן מיטאָג!

3. שווענקט אויס אַ בינטל רויטע אָדער ווײַסע ווײַנטרויבן, און לייגט זיי אַרײַן אין פֿרירער. ווען איר נעמט זיי אַרויס מיט עטלעכע שעה שפּעטער, וועלן זיי האָבן דעם טעם פֿון קליינע ביסנס אײַזקרעם. קינדער האָבן דאָס שטאַרק ליב, און אַזוי וועלן זיי אײַננעמען אַ געזונטע דאָזע פֿון וויטאַמין C.

איר קענט אויך ניצן די פֿאַרפֿרוירענע טרײַבעלעך אַנשטאָט אײַז אין די געטראַנקען אין אַ הייסן זומערטאָג. אַזוי וועט דאָס געטראַנק נישט קריגן קיין פֿאַרוואַסערטן טעם, און וועט נאָך באַקומען אַ גוטן געשמאַק דערצו.

אַדאַפּטירט פֿון דער וועבזײַט kidsactivitiesblog.com


עקספּערטן עצהן: ניצט וואָס ווייניקער ווייטיק־מיטלען

Experts Urge Sparing Use of All Painkillers

די שפּײַז־און־מעדיקאַמענטן אַדמיניסטראַציע האָט לעצטנס געוואָרנט, אַז די סכּנה פֿון האַרץ־ און מוח־אַטאַק פֿון די נישט־אַספּירין ווייטיק־מיטלען (ווי, למשל, Advil, Celebrex ,Motrin און Aleve) איז גרעסער ווי זי האָט ביז איצט געזאָגט.

די וואָרענונג קומט נאָך אַ ריי שטודיעס, וואָס ווײַזן אָן, אַז אַפֿילו בלויז קליינע דאָזעס פֿון די נישט־אַספּירין ווייטיק־מיטלען טראָגן מיט זיך אַ ריזיקע, און אַז מע זאָל זיי אײַננעמען אַזוי ווייניק ווי מעגלעך. מיליאָנען מענטשן נעמען זיי אײַן.

די מיטלען, וואָס זענען נישט קיין אַספּירין, זענען געוואָרן זייער פּאָפּולער נאָך דעם ווי די וויסנשאַפֿטלער האָבן מיט יאָרן צוריק זיך דערוווּסט, אַז אַספּירין קאָן גורם זײַן אַ בלוט־שטראָם אינעם בויך, מוח אָדער אין דער קישקע. וועגן דעם אַנטי־ווייטיק מיטל Tylenol, וואָס איז אויך נישט קיין אַספּירין, האָט מען מיט עטלעכע יאָר צוריק אויך געוואָרנט, אַז עס טראָגט אַ סכּנה — עס קאָן שאַטן דער לעבער.

Read more


קאַשע וואַרנישקעס (פֿרײַ פֿון גלוטען)

Gluten-Free Kasha Varnishkes

פֿון שׂרה־רחל שעכטער, איוו יאַכנאָוויץ

קוקט ווי מיר גרייטן צו די מיזרח־אייראָפּעיִשע פּאָטראַווע אויף אַן אופֿן, אין וועלכן אַפֿילו די וואַרנישקעס זענען 100 פּראָצענט פֿרײַ פֿון גלוטען.


וואָס טוט מען מיט אַ פּלוידערזאַק?

How to Deal With a Chatterbox

פֿון Reader’s Digest

אַלע קענען מיר פּאַרשוינען, וואָס הערן נישט אויף צו פּלאַפּלען. ד״ר אַרט מאַרקמאַן, אַ פּסיכאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר אינעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט, און דער מחבר פֿונעם בוך Smart Change, זאָגט, אַז די קאָמפּולסיווע רעדערס „נייטיקן זיך אין געזעלשאַפֿטלעכע אויסבײַטן. דערפֿאַר זוכן זיי אויס אַ ׳קרבן׳, ס׳מאַכט נישט אויס ווער עס איז. זיי דערשמעקן אַ געלעגנהייט צו זײַן געזעלשאַפֿטלעך, און טשעפּען זיך גלײַך צו‟.

ווי אַזוי קען מען אָפּשטעלן די דאָזיקע פּלוידערזעק? דזשעניפֿער קאַליטאַ, אַ קאָמוניקאַציע־ספּעציאַליסטין, זאָגט: „אויב איר גרייט זיך אָנצוהייבן אַ זיצונג, און איר ווייסט, אַז עס זיצט דאָרט אַ ׳פּלאַפּלער׳, זאָגט גלײַך פֿון אָנהייב: ׳איך מוז שליסן די זיצונג 3:00, איז לאָמיר זיך נעמען גלײַך צום ענין.‟ ווען איר שטעלט אַזאַ שטרענגע באַגרענעצונג, גיט עס אײַך אַ גוטן תּירוץ איבערצורײַסן יענעם, ווען ער צערעדט זיך.

Read more


5 אופֿנים אַרײַנצוברענגען אַ גוטן ריח אין שטוב

5 Ways To Make Your Home Smell Amazing

1. לאָזט עפּעס מליִען אויפֿן אויוון: לייגט אַרײַן רעפֿטלעך לימענע, מאַראַנצן און געווירצן ווי לאַווענדל (lavender) און מינץ. דער זיסער ריח וועט אַרײַן אין אַלע ווינקעלעך פֿון הויז — אַ פּשוטער קונץ, וואָס מע קען מאַכן לטובֿת אַ מסיבה, אָדער סתּם אין אַ פּראָסטן דינסטיק.

2. שטעלט זיס־שמעקנדיקע ליכטלעך איבערן הויז — אָבער צינדט זיי נישט אָן: קלײַבט אויס ערטער, וווּ מע וואָלט זיך נישט געריכט אויף זיי, ווי, למשל, אין אַ שאַפֿע פֿון לײַלעכער אָדער האַנטעכער. די סחורה וועט אײַנזאַפּן דעם ריח; אַזוי וועט איר האָבן אַ שיינעם סורפּריז יעדעס מאָל, וואָס איר עפֿנט די טיר פֿון דער שאַפֿע. דערצו וועט דאָס בעטגעוואַנט אָדער די האַטעכער איבערפֿירן דעם ריח אין יעדן אָרט, וווּ מע ניצט זיי.

    

3. ברענגט די נאַטור אַרײַן אינעווייניק: געוויקסן רייניקן די לופֿט בעת זיי פֿאַרשענערן די שטוב, און אַ סך פֿון זיי האָבן שיינע ריחות אויך, ווי, למשל, געראַניום, עקאַליפּטוס, גאַרדעניע און אָרכידעעס.

4. ניצט אויס אײַערע לופֿט־עפֿענונגען (vents): טשעפּעט צו אַן אויטאָ־אָפּשמוכטער (deodorizer) צו די לופֿט־עפֿענונגען אָדער דעם לופֿטקילער. ווען די לופֿט בלאָזט דורך זיי, וועט דער ריח צעטראָגן ווערן איבערן צימער.

5. באַקט עפּעס זיס: דער ריח פֿון היים־געבאַקענע זאַכן געפֿעלט אַלעמען. אַפֿילו גרונט־סוחרים ווייסן, אַז אויב זיי ווילן, אַז א געוויסע דירה זאָל געפֿעלן די קונים, איז גוט פון פֿריִער צו באַקן צימערינג־בולקעס אָדער באַנאַנע־ברויט, וועט עס אָנפֿילן די צימערן מיט געשמאַקע ריחות פֿון די קינדער־יאָרן, און דערבײַ אפֿשר איבערצײַגן די קונים זיך אַרײַנצוציִען אַהין.


דאָס אויפֿפּאַסן צוזאַמען אויף די עלטערן

Dealing Together With Aging Parents

ווען די דערוואַקסענע קינדער פֿון אַלטע, קראַנקע עלטערן דאַרפֿן אָנהייבן מאַכן באַשלוסן וועגן זייער געזונט־באַדינונג, איז עס געוויינטלעך גרינגער, ווען זיי קענען עס טאָן אין איינעם מיט זייערע שוועסטער און ברידער.

וואָס טוט מען אָבער ווען די באַציִונגען צווישן די שוועסטער־ברידער זענען שוין אָנגעשטרענגטע? אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ לעצטנס, האָט די מחברטע, אַבי עלין, אינטערוויוירט אַ צאָל מענטשן אין אַזאַ מצבֿ, צו זען ווי אַזוי זיי גיבן זיך אַן עצה.

ראָזי, טערעזאַ און לינדאַ מאַק‘מאַהאַן, אײַנוווינער פֿון מאַסאַטשוסעטס, זענען יונגערהייט געווען אויף גוטע באַציִונגען אָבער נאָך דעם ווי דער טאַטע איז פּלוצלינג געשטאָרבן אין 2012, האָט זיך צווישן זיי אַנטוויקלט אַ שפּאַנונג. זיי האָבן נישט געוווּסט וואָס צו טאָן פֿאַר זייער 84־יאָריקער מאַמע, און פֿאַר זייער 53־יאָריקן ברודער, וואָס איז צוריקגעשטאַנען און דאַרף אַ רעדלשטול. די שוועסטער האָבן נישט געפֿונען קיין פּאַסיקע וווינונג פֿאַר עלטערע לײַט אין דער באָסטאָנער געגנט, האָבן זיי באַשלאָסן, אַז די מאַמע און ברודער וועלן זיך אַרײַנציִען מיט ראָזיס משפּחה אין אַמהערסט.

Read more


5 מיטלען צו פֿאַרגרינגערן אײַער זומער

5 Ways to Make Your Summer Easier

1. ניצט עסיק צו רייניקן דעם גאָרטן־מעבל: גיסט אָן אַ שפּריצפֿלעשל מיט ווײַסן עסיק און באַשפּריצט די דרויסנדיקע בענקלעך און טישן, וועלן פֿאַרשווינדן ווערן די שימל־פֿלעקן, און אַזוי וועט איר אויך קענען פֿאַרהיטן, אַז דער שימל זאָל זיך נישט פֿאַרשפּרייטן.

2. רייניקט די ים־שפּילעכלעך מיט בלייכעכץ: מישט צונויף 16 אונץ (473 מיליליטער) בלעכעכץ און איין גאַלאָן (3.78 ליטער) וואַסער. טינקט אײַן אַ שוואָם, און רײַבט אָפּ די פֿלעקן פֿון אַלע ים־פּילקעס און שווימבאַסיין־„לאָקשן‟. אויב די פֿלעקן פֿאַרשווינדן נישט, רײַבט זיי אָפּ מיט אַ בערשטל, און שווענקט די שפּילעכלעך אָפּ מיט וואַסער.

3. ניצט געמאָלענע קאַווע־פּראָשיק (נישט תּיכּף־קאַווע) צו פֿאַרטרײַבן מוראַשקעס: דער הויכער פּראָצענט שטיקשטאָף, וואָס געפֿינט זיך אין דער קאַווע, בריט זיי אָפּ. באַשיט די ערד לעבן דעם שוועל מיט דער קאַווע, וועלן זיי נישט אַרײַנקומען צו אײַך אין שטוב.

4. די פֿאַרווייך־בלעטלעך, וואָס מע לייגט אַרײַן אין טריקן־מאַשין, דינען אויך ווי אַ געראָטענעם מיטל אויסצומײַדן מאָסקיטן (קאָמאַרן), ווײַל זייער זיסער ריח פֿאַרשטעלט דאָס מענטשלעכע גערוך, וואָס ציט צו די מאָסקיטן. ווען איר זיצט אין דרויסן, שטאָפּט אָן אַ טעפּל מיט די פֿאַרווייך־בלעטלעך און שטעלט דאָס טעפּל אויף אַן אָרט לעבן אײַך.

5. אַ לופֿטקילער, וואָס זשומעט טאָג און נאַכט, קאָן קאָסטן אַ מאַיאָנטיק. שנײַדט אָפּ אַ שטיק פֿון אַן אָפּגעניצטן גומענע פֿינגערשיך, און שטופּט עס אַרײַן אונטער דער טיר, וועט עס האַלטן די טיר אָפֿן און אַרײַנלאָזן אַ זומערדיק ווינטל. עפֿנט גלײַכצײַטיק אַ פֿענצטער אין זעלבן צימער, וועט דאָס ווינטל צירקולירן איבער דער שטוב און מאַכן נאָך קילער.


פֿאַרשפּאַרט צוליב זייער אומאָפּהענגיקייט

Imprisoned by Their Independence

ווי אַמעריקאַנער, שאַצן מיר הויך אָפּ דאָס קאָנען זײַן אומאָפּהענגיק — דאָס וווינען אַליין, דאָס קאָנען זיך אַליין אַן עצה געבן מיט די טאָג־טעגלעכע ענינים.

טאַקע דערפֿאַר באַשליסן אַ סך עלטערע לײַט צו וווינען אין זייער אייגענער שטוב, אַנשטאָט זיך אַריבערצוציִען אין אַ וווין־אָרט מיט געהילף־באַדינונג. ס׳דאַכט זיך, אַז ווען מע בלײַבט אינעם זעלבן הויז, וווּ מע קען יעדעס ווינקעלע, וווּ מע וווינט שוין צענדליקער יאָרן לאַנג, דערצויגן אַ משפּחה, געהאַט גוטע פֿרײַנד און שכנים, איז פּסיכאָלאָגיש געזינטער ווי צו גיין וווינען אויף דער עלטער אין אַ נײַ אָרט.

די פּראָבלעם איז אָבער, אַז אַ סך עלטערע לײַט, וואָס וווינען ווײַטער בײַ זיך אין שטוב, גייען זעלטן אַרויס און האָבן ווייניק קאָנטאַקט מיט דער דרויסנדיקער וועלט. לויט אַ באַריכט לעצטנס אינעם זשורנאַל JAMA Internal Medicine, גייען כּמעט 2 מיליאָן מענטשן עלטער פֿון 65 יאָר — כּמעט 6% אַמעריקאַנער — זעלטן אָדער קיין מאָל נישט אַרויס פֿון שטוב.

Read more


קאַטשלקעס (Wraps) פֿון שפּינאַט און שוואַרצע בעבלעך

Spinach and Black Bean Wrap

2 קאַטשלקעס

6 גרויסע שפּינאַט־בלעטער

1/2 טעפּל שוואַרצע בעבלעך, אויסגעשווענקט

1 פּאָמידאָר צעשניטן אויף קליינע שטיקלעך

1 אַוואָקאַדאָ, אין דינע רעפֿטלעך

זאַפֿט פֿון 1 לימענע

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

צעלייגט צוויי קאַטשלקעס איבערן קאָכטישל. לייגט אַרײַן אין מיטן פֿון יעדער קאַטשלקע 3 שפּינאַט־בלעטער, 1/4 טעפּל שוואַרצע בעבלעך, אַ העלפֿט פֿון די צעשניטענע פּאָמידאָרן, אַ העלפֿט פֿון די אַוואָקאַדאָ־רעפֿטלעך, לימענע־זאַפֿט, זאַלץ און שוואַרצן פֿעפֿער.

בייגט איבער די זײַטן פֿון דער קאַטשלקע און וויקלט זיי אײַן, גיבנדיק אַכטונג, אַז די גרינסן און בעבלעך זאָלן נישט אַרויספֿאַלן.


היימישע גראַנאָלע

Homemade Granola

2 טעפּלעך האָבערגריץ

1 טעפּל געמישטע ניס

1/4 טעפּל געמישטע קערעלעך (סעמעטשקעס, סימסום־קערעלעך, דיניע־קערעלעך)

3/4 טעפּל נישט־באַצוקערטע צעריבענע קאָקאָסנוס

1 לעפֿעלע צימערינג

Read more


6 אַרבעט־פֿעיִקייטן, וואָס קענען אײַך צו־ניץ קומען

6 Job Skills That Will Help You Succeed

אַ חבֿרטע מײַנע האָט מיר אַ מאָל דערציילט, אַז בעת אַן אינטערוויו פֿאַר אַ שטעלע אין אַ זומער־לאַגער, האָט דער דירעקטאָר זי געפֿרעגט, וואָס פֿאַר אַ פֿעיִקייטן האָט זי? נאָכן איבערגעבן עטלעכע פֿון אירע טאַלאַנטן, האָט זי צוגעגעבן: „און איך ווייס אויך ווי אַזוי צו אַרבעטן מיט עגאָיִסטן.‟ דער דירעקטאָר האָט זיך צעשמייכלט און געזאָגט: „אויב אַזוי, האָט איר טאַקע די פּאָזיציע.‟

דזשאָן אייקאָף, דער מחבר פֿון פֿינף ביכער, וואָס ווײַזן מענטשן, ווי אַזוי מצליח צו זײַן בײַ דער אַרבעט, האָט לעצטנס געשריבן, אַז הגם ס׳איז גוט צו האָבן אַ שיינעם רעזומע און אַ באַלעבאַטישן דיפּלאָם, זענען פּונקט אַזוי וויכטיק געוויסע סובטילע טאַלאַנטן, ווי דאָס קאָנען פֿרײַ שמועסן מיט די מיטאַרבעטער בעת דער מיטאָג־שעה; דאָס געדענקען אײַער מיטאַרבעטערס געבוירן־טאָג, אָדער דאָס וויסן ווי אַזוי אַרויסצוציִען אַ פּאַפּיר, וואָס איז שטעקן געבליבן אינעם אָפּדרוקער.

Read more


מאַמעליגע און קאָקאָשעס

Mamelige and Popcorn

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער

צוויי באַליבטע עסנס פֿון קוקורוזע


ווער זאָגט, אַז אַ קאַווע־טיש מוז זײַן טײַער?

Who Says a Coffee Table Has to Be Expensive?

דער פֿריִערדיקער קאַווע־טיש אין אַלישאַס גאַסטצימער …און די נײַע קאַווע־טישלעך

טאָמער ווילט איר אַ מאָל בײַטן די שטימונג פֿון אַ געוויסן צימער אין הויז, איז נישט נייטיק אויסצוגעבן הונדערטער דאָלער.

אין איר בלאָג, Thrifty and Chic, דערקלערט די מחברטע, אַלישאַ, וואָס זי האָט געטאָן, ווען זי האָט באַשלאָסן, אַז איר סטאַנדאַרטער ברוינער קאַווע־טיש געפֿעלט איר מער נישט.

„יעדן טאָג פֿאָר איך פֿאַרבײַ אַ פּלאַץ, וווּ מע פֿאַרקויפֿט ביימער, און איין מאָל האָב איך באַמערקט אַ באַרג פּניאַקעס — גרויסע און קליינע — און ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז אפֿשר קען איך פֿאַרוואַנדלען עטלעכע פֿון זיי אין קאַווע־טישלעך?‟ האָט אַלישאַ געשריבן.

זי האָט אָבער נישט געהאַט קיין אַנונג, צי די פּניאַקעס זענען אַפֿילו צום קויפֿן. קיין בנין אָדער ביוראָ איז נישטאָ, איז נישט קלאָר, צו וועמען מע דאַרף זיך ווענדן. זי האָט בלויז באַמערקט, אַז פֿון צײַט צו צײַט האָט אַ משׂא־אויטאָ דאָרט איבערגעלאָזט אַ בוים אָדער סתּם האָלץ.

Read more


פֿינאַנציעלע פֿעיִקייט — דער ערשטער קרבן

Financial Skills Are the First to Go

ווען אַן עלטערער מענטש הייבט אָן קריגן סימנים פֿון עובֿר־בטלדיקייט, קאָן ער נאָך אַלץ געדענקען דאָס יאָר, זײַן היים־אַדרעס און דעם נאָמען פֿונעם פּרעזידענט. אָבער אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿונעם 24טן אַפּריל, שרײַבט די מחברטע, טאַראַ סיגל בערנאַרד, אַז דאָס קענען חשבונען — ווי, למשל, דאָס אַראָפּרעכענען 7 פֿון 100 — קומט זיי אָן אַ סך שווערער.

שטודיעס ווײַזן אָן, אַז די פֿעיִקייט פֿון רעכענען פּשוטע אַריטמעטישע פּראָבלעמען, ווי אויך דאָס פֿאַרנעמען זיך מיט פֿינאַנציעלע ענינים, זענען די ערשטע פֿעיִקייטן, וואָס גייען באַרג־אַראָפּ, ווען אַ מענטש לײַדט פֿון אַלצהײַמערס אָדער ווערט עובֿר־בטל. אַפֿילו בײַ יענע מענטשן, וווּ דער מוח פֿונקציאָנירט נאָך אַלץ גאַנץ גוט, ווערט אַלץ שווערער צו מאַכן פֿינאַנציעלע באַשלוסן.

דער ענין איז אַן ערנסטער פֿאַר אונדזער געזעלשאַפֿט, ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז די צאָל עלטערע לײַט האַלט אין איין שטײַגן. עס וווינען איצט אין אַמעריקע 44.7 מיליאָן מענטשן, וואָס זענען 65 יאָר אַלט און עלטער — 14% פֿון דער באַפֿעלקערונג. אָבער אין 10 יאָר אַרום, וועט עס דערגרייכן 66 מיליאָן מענטשן. די באַפֿעלקערונג פֿאַרמאָגט טריליאָנען דאָלאַרן, אָבער אָפֿט מאָל העלפֿט מען זיי נישט אָנפֿירן מיט זייערע אייגענע פֿינאַנצן, אַפֿילו ווען ס׳איז קלאָר, אַז זיי זענען שוין מער נישט פֿעיִק דאָס צו טאָן. בערך אַ העלפֿט פֿון די אַמעריקאַנער אין די 80ער זענען שוין עובֿר־בטל, אָדער האָבן שוין פֿאַרלוירן געוויסע טראַכט־פֿעיִקייטן.

Read more


קאַווע: וואָס איז אמת, וואָס איז פֿאַלש

Coffee: What’s True and What Isn’t

פֿון קעלסי קלאָס, Reader‘s Digest

1. וועל איך ווערן דעהידרירט (אויסגעטריקנט), אויב איך טרינק קאַווע?

אַ נעכטיקער טאָג, זאָגן די עקספּערטן. ווען אַ גרופּע בריטישע וויסנשאַפֿטלער האָט אָבסערווירט דעם פּראָצענט גיסיקייט אין גוף בײַ 50 מענער, איז נישט געווען קיין שום אונטערשייד צווישן די מאַנסבילן, וואָס האָבן געטרונקען קאַווע, ווען זיי זענען געווען דאָרשטיק, און די וואָס האָבן געטרונקען וואַסער.

„ס׳איז אמת, אַז ווען מע טרינקט קאַווע, דאַרף מען אָפֿטער אורינירן, אָבער דאָס איז נישט אַזוי וויכטיק ווי מיר האָבן אַמאָל געמיינט,‟ האָט דערקלערט האַל סאַפּערשטיין, אַ נערונג־ספּעציאַליסטין. פֿון דעסטוועגן, זאָגט זי, אויב מע טרינקט צו פֿיל קאַווע, קען עס מאַכן מער נערוועז, איז וואַסער פֿאָרט דער בעסטער אופֿן צו שטילן דעם דורשט. די עצה: טרינקט קאַווע אין דער פֿרי, און וואַסער במשך פֿונעם טאָג.

Read more


געבראָטענע הון און פּלאָוו מיט לאָקשן

Roast Chicken and Pilaf with Noodles

פֿון שׂרה־רחל שעכטער, איוו יאַכנאָוויץ

דער געשמאַקער הויפּט־געריכט איז גוט צוגעפּאַסט פֿאַר אַ שבתדיקן מאָלצײַט.


די 7 זאַכן זאָלט איר ניט קאָכן אין מיקראָכוואַלניק

7 Things Never to Microwave

דאָס שטעלן געוויסע שפּײַזן אָדער כּלים אין אַ מיקראָכוואַלניק קאָן שאַטן דעם געזונט אָדער חלילה גורם זײַן אַ שׂרפֿה. דערפֿאַר זאָלט איר אַהין נישט אַרײַנשטעלן די ווײַטערדיקע זאַכן:

  1. האַרטע אייער: אויב איר וועט פּרוּוון אָפּקאָכן נישט־אָפּגעשיילטע אייער אינעם מיקראָכוואַלניק, קאָן עס גורם זײַן אָדער אַן אויפֿרײַס, אָדער, חלילה, אָפּגעבריטע פֿינגער. די שטאַרקע היץ פֿון די מיקראָכוואַליעס שאַפֿט אַ סך פּאַרע אין די אייער, און האָט פּשוט נישט וווּהין צו „אַנטלויפֿן‟. דערפֿאַר זאָלט איר אָפּקאָכן די אייער אויף אַ געוויינטלעכער פּליטע.

  2. פֿאַרפֿרוירן פֿלייש: איר ווילט שפּאָרן צײַט, באַשליסט איר צו צעלאָזן דאָס פֿאַרפֿרויענע פֿלייש אינעם מיקראָכוואַלניק. דאָס איז אָבער אַ טעות, ווײַל ווען איר טוט אַזוי, הייבט דאָס פֿלייש אָן אָפּגיין, צו ערשט, בלויז בײַם ראַנד, בעת דער געדיכטער מיטעלער טייל פֿונעם פֿלייש בלײַבט פֿאַרפֿרוירן. די אומגלײַכע צעשפּרייטונג פֿון היץ שאַפֿט „אידעאַלע‟ באַדינגונגען פֿאַר באַקטעריע זיך צו פֿאַרשפּרייטן. דערפֿאַר איז דער זיכערסטער אופֿן אפּצופֿרירן פֿלייש עס צו לייגן אין פֿרידזשידער איבערנאַכט.

  3. ברוסטמילעך: איר זאָלט נישט צעשמעלצן פֿאַרפֿרוירענע ברוסטמילעך אין מיקראָכוואַלניק, צוליב צוויי סיבות: ערשטנס, ווײַל די היץ וואַרעמט נישט אָן אַלע ערטער גלײַך, קענען געוויסע ערטער פֿון דער מילעך ווערן צו הייס פֿאַר אַ פּיצל קינד, און צווייטנס, ווײַל געוויסע וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס האָבן שוין אָנגעוויזן, אַז דאָס אָנוואַרעמען מילעך דורך אַ מיקראָכוואַלניק צעשטערט די נערונג־ווערט פֿון ברוסטמילעך. אַ בעסערער אופֿן צו צעלאָזן פֿאַרפֿרוירענע מילעך איז, אָנצוהייצן אַ טעפּל וואַסער אין מיקראָכוואַלניק; דערנאָך אַוועקשטעלן דאָס טעפּל וואַסער אויפֿן טיש, און אַרײַנשטעלן דאָס פֿלעשל ברוסטמילעך, ביז זי דערגרייכט די שטוב־טעמפּעראַטור.

  4. פּלאַסטיש געפֿעס: אַ צאָל שטודיעס האָבן שוין אָנגעוויזן, אַז די פּלאַסטישע כּלים בשעת מע דערוואַרעמט אין זיי דאָס עסן, לאָזן אַרויס כעמישע שטאָפֿן (אַזוי ווי דעם האָרמאָן, עסטראָגען) אינעם עסן. לייגט בעסער דאָס עסן אַרײַן אין אַ גלעזערנעם טעלער, דעקט עס צו מיט אַ פּאַפּירן האַנטעכל, און וואַרעמט עס אָן אַזוי. כּלים, געמאַכט פֿון שוימפּלאַסט (styrofoam), זענען אויך געפֿערלעך.

  5. פּאָרצעלײַענע טעלער מיט אַ מעטאַלישן ראַנד: אַ טייל פּאָרצעלײַענע טעלער און שיסלען ווערן באַצירט מיט אַ דינעם מעטאַלענעם ראַנד. אויב איר האָט אַזעלעכס, שטעלט עס נישט אַרײַן אין מיקראָכוואַלניק. אַפֿילו זייער אַ דינע ליניע פֿון מעטאַל קאָן קאַליע מאַכן דאָס אייוועלע.

  6. פּאָרטאַטיווע קופֿלען: די שטאָלענע קופֿלען, וואָס האַלטן קאַווע און טיי וואַרעם בעת איר זענט אויפֿן וועג, זאָל מען נישט אַרײַנשטעלן אין מיקראָכוואַלניק, ווײַל אויך דאָס קען אים קאַליע מאַכן.

  7. אַלטע קופֿלען: געוויסע קופֿלען און טעפּלעך וואָס מע האָט געמאַכט פֿאַר די 1960ער יאָרן, זענען אָפֿט מאָל געווען גלאַזירט מיט מאַטעריאַלן, וואָס קאָנען אַרויסלאָזן ראַדיאַציע, און האָבן אויך אָפֿט געהאַט שפּורן פֿון בלײַ און אַנדערע געפֿערלעכע שווערע מעטאַלן. אויב איר ווייסט נישט ווי אַלט איז די כּלי, דערוואַרעמט דאָס געטראַנק אין אַ גלאָז.

  8. אַ ליידיקער מיקראָכוואַלניק: אויב איר שטעלט אָן די מאַשין על־פּי־טעות, ווען ס׳איז גאָרנישט פֿאַראַן אינעווייניק, איז אויך אַ סכּנה. ווען ס׳איז נישטאָ קיין שפּײַז אָדער געטראַנק אויפֿצונעמען די מיקראָכוואַליעס, אַבסאָרבירט דער „מאַגנעטראָן‟ (דאָס וואָס דערמעגלעכט דעם מיקראָכוואַלניק צו פֿונקציאָנירן) די כוואַליעס אַליין, וואָס קאָן צעשטערן די מאַשין אָדער גורם זײַן אַ שׂריפֿה.


9 שפּײַזן וואָס מע זאָל נישט האַלטן אין פֿרידזשידער

9 Foods You Shouldn’t Refrigerate

1. ציבעלעס: די פֿײַכטקייט פֿונעם אײַזקאַסטן מאַכט זיי ווייך און פֿאַרשימלט. לייגט זיי אין אַ קיל, טריקן אָרט — אָבער ווײַט פֿון די קאַרטאָפֿליעס; אַנישט וועלן זיי ביידע גיך קאַליע ווערן;

2. געמאָלענע קאַווע: אין אײַזקאַסטן פֿאַרלירט קאַווע דעם טעם. אין פֿרירער איז בעסער. (תּיכּף־קאַווע מעג מען אָבער יאָ האַלטן אין פֿרידזשידער.);

3. איילבערט־בוימל: ווען מע האַלט אים אין פֿרידזשידער, ווערט ער געדיכט ווי פּוטער. לאָזט עס גיכער בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור;

4. באַזיליק־בלעטער: לייגט זיי אין אַ טעפּל פֿריש וואַסער אין דער שטוב־טעמפּעראַטור, ווײַל אין פֿרידזשידער ווערן זיי גיך שוואַרץ און פֿאַרוויאַנעט;

Read more


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.