No Place Like Home

אַ לויבגעזאַנג צו דער לימענע

In Praise of the Lemon

די לימענע איז אַ נאַטירלעכער מיטל פּטור צו ווערן פֿון ריחות און פֿלעקן; אָט זענען 13 אופֿנים ווי זי קען אײַך צו ניץ קומען:

  1. דערפֿרישט דעם אײַזקאַסטן: אויב אַ געוויסע שפּײַז אין פֿרידזשידער האָט אַ שלעכטן ריח, וואַרפֿט זי אַרויס. דערנאָך טונקט אײַן אַ שוואָם אָדער וואַטע אין לימענע־זאַפֿט און לאָזט עס אין פֿרידזשידער אויף עטלעכע שעה, וועט דער שלעכטער ריח פֿאַרשווינדן.

  2. פֿאַרטרײַבט די ריחות פֿון אײַער שנײַדברעט: נאָכן צעשנײַדן ציבעלע, קנאָבל, רוי פֿלייש אָדער פֿיש אויף דער ברעט, וועלן זיך, אַוודאי, אָנזאַמלען נישט־אײַנגענעמע ריחות. צעשנײַדט אַ לימענע אויף דער העלפֿט, און רײַבט ביידע העלפֿטן איבער דער גאַנצער ברעט.

  3. איר דאַרפֿט נישט קיין סם־שפּריצן צו פֿאַרטרײַבן די מוראַשקעס אין קיך. באַשפּריצט די שוועל און די פֿענצטערברעטן מיט לימענע־זאַפֿט, און קוועטשט אַרײַן לימענע־זאַפֿט אין אַלע לעכער און שפּאַלטן, פֿון וואַנען זיי קומען אַרײַן. צעשיט אויך קליינע רעפֿטלעך לימענע־שאָלעכץ אין דרויסן, בײַם אַרײַנגאַנג.

  4. לימענעס קאָנען אויך פֿאַרטרײַבן די זשוקעס: מישט צונויף דעם זאַפֿט פֿון 4 לימענעס, און די שאָלעכצער, מיט 1/2 גאַלאָן (2 ליטער) וואַסער און וואַשט די פּאָדלאָגע מיט דעם, וועלן די שרצים אַנטלויפֿן. זיי האָבן פֿײַנט דעם ריח.

  5. טאָמער האָט אײַער מיקראָכוואַלניק געליטן פֿון אַ שטיקל „שׂריפֿהלע‟, קענט איר פּטור ווערן פֿונעם רויך־גערוך אַזוי: שיילט אָפּ די לימענע פֿון 1 אָדער 2 לימענעס, און מאַכט עטלעכע שניטן אין יעדן שטיקל שאָלעכץ. לייגט די שאָלעכצער אַרײַן אין 1 טעפּל וואַסער. שטעלט עס אַרײַן אין מיקראָכוואַלניק און דרייט אים אָן אויף 5 מינוט. נאָך די 5 מינוט, ווישט אָפּ אַלע ווענטלעך און דאָס טירל פֿון מיקראָכוואַלניק מיט אַ שמאַטע און וואַרפֿט אַוועק דאָס שאָלעכץ מיט וואַסער. טוט עס אַ 4־5 מאָל, וועט איר זען ווי דער ריח פֿון „פֿאַרברענטס‟ ווערט אַלץ שוואַכער.

  6. אויב עס פֿילט זיך פֿון אײַער מויל, מאַכט אַ גרינג שווענקעכץ פֿון ריינעם לימענע־זאַפֿט. אויב איר שלינגט עס אַראָפּ, וועט דער פֿרישער ריח פֿאַרבלײַבן נאָך לענגער. דער ציטרישער זײַערס אינעם זאַפֿט ענדערט ממש דעם וואַסערשטאָף־ניוואָ בײַ אײַך אין מויל, און הרגעט דערבײַ אויס די באַקטעריע, וואָס איז גורם דעם שלעכטן ריח. געדענקט אָבער נאָך אַ פּאָר מינוט אויסצושווענקען דאָס מויל מיט וואַסער, ווײַל אויב דאָס זײַערס פֿון דער לימענע בלײַבט שטעקן אין די צײן, קאָן עס מיט דער צײַט זיי קאַליע מאַכן.

  7. אין די טריקענע ווינטער־טעג, קענט איר דערפֿרישן די לופֿט אין שטוב דורכן אָנזידן אַ קליינעם טאָפּ וואַסער, באַווירצט מיט לימענע־ (און מאַראַנצן־) שאָלעכץ, צימערינג־שטענגלעך און עפּל־שאָלעכץ. ווי נאָר דאָס וואַסער הייבט אָן זידן, פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און לאָזט עס מליִען עטלעכע שעה לאַנג.

  8. באַזײַטיקט די פּאַכווע־פֿלעקן אין אײַערע העמדער און בלוזקעס: מישט צונויף 2 לעפֿל לימענע־זאַפֿט מיט 2 לעפֿל וואַסער, און רײַבט דאָס געמיש אַרײַן אין די פֿלעקן; די פֿלעקן וועלן אַוועק, און דער בגד וועט באַקומען אַ מער אײַנגענעמען ריח.

  9. ווערט פּטור פֿון די שופּן אין קאָפּ דורכן מאַסאַזשירן דעם סקאַלפּ מיט 2 לעפֿל לימענע־זאַפֿט; דערנאָך שווענקט עס אויס מיט וואַסער. מישט אַרײַן 1 לעפֿעלע לימענע־זאַפֿט אים 1 טעפּל וואַסער און שווענקט די האָר מיט דעם. טוט עס יעדן טאָג ביז די שופּן פֿאַרשווינדן.

  10. ס׳איז געוויינטלעך זייער שווער צו באַזײַטיקן יאַגדע־פֿלעקן פֿון די הענט מיט זייף און וואַסער. בעסער איז אויסצוּוואַשן די הענט מיט לימענע־זאַפֿט. וואַרט עטלעכע מינוט, און וואַשט די הענט מיט וואַרעם, זייפֿיק וואַסער. חזרט עס איבער עטלעכע מאָל ביז די פֿלעקן פֿאַרשווינדן אין גאַנצן.

  11. פֿאַרהיט, אַז אײַערע קאַרטאָפֿל און קאַליפֿיאָר זאָלן נישט ברוין ווערן, דורך אַרײַנקוועטשן דעם זאַפֿט פֿון אַ פֿרישער לימענע אינעם קאָכעדיקן וואַסער.

  12. ווען איר מאַכט אַ טינקעכץ מיט אַוואָקאַדאָ ווי, למשל, גוואַקאַמאָלע, און ווילט נישט, עס זאָל ברוין ווערן, באַשפּריצט עס מיט אַ סך פֿרישן לימענע־זאַפֿט, וועט דער אַוואָקאַדאָ בלײַבן גרין שעהען לאַנג. דאָס זעלבע קענט איר טאָן מיט פֿרוכטסאַלאַט. אויב איר ווילט נישט אַז די צעשניטענע עפּעלעך זאָלן ברוין ווערן, באַשפּריצט זיי מיט לימענע־זאַפֿט.

  13. פֿאַרהיט רײַז פֿון ווערן קלעפּיק: בײַם מאַכן רײַז, גיט צו אַ לעפֿל לימענע־זאַפֿט ווי נאָר דאָס וואַסער הייבט אָן צו זידן. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און דעקט צו דעם טאָפּ. ווען דער רײַז איז גרייט, לאָזט עס זיך אָפּקילן עטלעכע מינוט, איידער איר מישט עס אויס מיט אַ גאָפּל.


מאכלים אָן אַן עלטער: אונגערישער מאָן־קוכן

Timeless Delicacies: Hungarian Poppy Seed Cake

פֿון שׂרה־רחל שעכטער, איוו יאַכנאָוויץ

דוד בראַונס זיידע פֿלעגט באַקן אַ געשמאַקן מאָן־רולאַד; שׂרה־רחל און איוו ווײַזן אײַך ווי מע גרייט עס צו.

Featuring Andy Statman’s composition, My Hollywood Girls, from the CD, Old Brooklyn. Can be purchased at: tinyurl.com/hpajl9g


דעפּרעסיע העכערט סכּנה פֿון אַ זיבעלע

Depression Increases Risk of Premature Baby

לויט אַ נײַער שטודיע פֿון שוועדן, איז די סכּנה פֿון אַ זיבעלע העכער, אויב די מאַמע אָדער דער טאַטע לײַדט פֿון דעפּרעסיע. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס וויסנשאַפֿטלער האָבן געפֿונען אַ פֿאַרבינדונג צווישן אַ טאַטנס דעפּרעסיע און דעם געבורט פֿון אַ זיבעלע.

די פֿאָרשער האָבן אַנאַליזירט די אינפֿאָרמאַציע פֿון 366,499 געבורטן אין שוועדן, אַרײַנגערעכנט כּמעט 17,000 צו־פֿרייִקע געבורטן. זיי האָבן אויך געהאַלטן אַ חשבון, צי איינער פֿון די עלטערן האָט במשך פֿון די צוויי יאָר פֿאַרן געבורט געהאַט באַקומען אַ דיאַגנאָז פֿון דעפּרעסיע אָדער אײַנגענומען אַנטי־דעפּרעסיע מיטלען.

בײַ די מאַמעס, וואָס האָבן „לעצטנס‟ געהאַט געקראָגן אַ דיאַגנאָז פֿון דעפּרעסיע, איז די ריזיקע פֿון האָבן אַ קינד צו פֿרי געוואַקסן אויף 34%. בײַ יענע, וואָס האָבן שוין לאַנגע יאָרן געליטן פֿון דעפּרעסיע, איז די ריזיקע געוואַקסן אויף 42%.

בײַ די טאַטעס איז אָבער געווען אַנדערש. בײַ די טאַטעס, וואָס האָבן שוין לאַנג געליטן פֿון דעפּרעסיע, איז דווקא נישט געוואַקסן די ריזיקע פֿון אַ זיבעלע, אָבער בײַ די, וועלכע האָבן ערשט לעצטנס באַקומען דעם דיאַגנאָז, איז די ריזיקע פֿון אַ זיבעלע יאָ געוואַקסן אויף 38%.

די סיבות פֿאַר וואָס דעפּרעסיע איז פֿאַרבונדן מיט אַ צו־פֿרי־געבוירן קינד איז אָבער נישט קלאָר. בײַ אַ פֿרוי קאָן עס זײַן פֿאַרבונדן מיט די אַנטי־דעפּרעסיע מעדיקאַמענטן, וואָס זי נעמט אײַן, איידער צוליב דער דעפּרעסיע אַליין.

וואָס שייך דעם מאַן, איז עס מסתּמא גיכער אַ רעזולטאַט פֿונעם סטרעס, וואָס ער רופֿט אַרויס בײַ דער פֿרוי, וועלכע טראָגט דאָס קינד.

די פֿאָרשונג האָבן דורכגעפֿירט דער „קאַראָלינסקאַ אינסטיטוט‟ און דער שטאָקהאָלמער אוניווערסיטעט, און איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם זשרונאַל BJOG — אַן אינטערנאַציאָנאַלער זשורנאַל פֿון געבורטהילף און גינעקאָלאָגיע.


אַ דיעטע פֿאַר יעדן איינעם באַזונדער

A Personalized Diet Suited Better to You

GettyImages

מיט צוויי וואָכן צוריק האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג שוין ווידער געענדערט די דיעטע־תּקנות. דאָס מאָל האָט זי אונדז גערופֿן צו עסן ווייניקער צוקער און ווייניקער פּראָטעיִן.

אָבער ווי עס גיט איבער די „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָבן עטלעכע שטודיעס לעצטנס אָנגעוויזן, אַז ס׳איז געקומען די צײַט אײַנצופֿירן אַ נײַעם צוגאַנג צום ענין, דיעטע. אַנשטאָט אַרויסצולאָזן אַ ריי תּקנות, וואָס די גאַנצע באַפֿעלקערונג דאַרף פֿאָלגן, זאָל מען צונויפֿשטעלן דיעטעס פֿאַר יעדן איינעם באַזונדער, אויפֿן סמך פֿון זײַנע אייגענע ביאָלאָגישע נטיעות און שוואַכקייטן.

די דאָזיקע שטודיעס ווײַזן, אַז יעדער מענטש אַבסאָרבירט און מעטאַבאָליזירט דאָס נערוואַרג אויף זײַן אייגענעם אופֿן, אויפֿן סמך פֿון זײַנע גענען, דער באַקטעריע אין מאָגן, זײַן פֿיזישן געבוי און די כעמישע שטאָפֿן, צו וועלכע ער ווערט אויסגעשטעלט.

Read more


לערנט אײַערע קינדער הנאה צו האָבן פֿונעם לייענען

Teach Your Kids to Love to Read

אָט זענען עטלעכע גרינגע זאַכן, וואָס איר קענט שוין הײַנט טאָן, איידער איר לייגט זיי שלאָפֿן:

  1. געפֿינט ביכלעך מיט פֿאַרביקע אילוסטראַציעס און אַ לענגערן טעקסט. אַזוינע ביכער רופֿן אַרויס מער פֿראַגעס בײַ די צוהערער, איידער ביכלעך מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס און קורצע אונטערשריפֿטן.

  2. פֿרעגט זיי פֿראַגעס וועגן די בילדער. קינדער צווישן 16 און 24 חדשים לערנען זיך יעדן טאָג נײַע ווערטער. איר קענט אויך העלפֿן צו פֿאַרגרעסערן זייער ווערטער־אוצר. ווען איר זעט אַ בילד פֿון אַ הינטל, פֿרעגט: „זעסטו דאָס הינטל? וואָסער קאָליר איז עס? וואָס טוט עס איצט?‟

  3. טוליעט זיך צו צו די קינדער בשעת איר לייענט זיי פֿאָר אַ מעשׂה. אַזוי וועלן זיי תּמיד פֿאַרבינדן דאָס לייענען מיט וואַרעמע געפֿילן. ס׳קאָן זיי אויך גיבן מער צוטרוי צו זיך אַליין — אַ וויכטיקע זאַך, בפֿרט פֿאַר שעמעוודיקע קינדער.

  4. רעדט וועגן דעם ביכל אַליין. רופֿט די קינדער אָן דעם נאָמען פֿונעם מחבר; דערקלערט אים וואָס אַ שרײַבער טוט; ווײַזט זיי ווי אַזוי מע האַלט אַ ביכל, ווי אַזוי מע לייענט פֿון רעכטס אויף לינקס (אויב ס׳איז אויף ייִדיש) און פֿון לינקס אויף רעכטס (אויב ס׳איז אויף ענגליש), און ווי אַזוי מע מישט די זײַטלעך.

  5. פֿאַרבינדט די געשעענישן אינעם בוך מיטן אמתן לעבן. אויב דאָס בוך דערציילט ווי שׂרהלע גייט אין שפּײַזקראָם, דערמאָנט די קינדער, ווי איר זענט אַ מאָל געגאַנגען צוזאַמען אין שפּײַזקראָם. אויב די קינדער זענען עלטער פֿון 2 יאָר, פֿרעגט זיי וואָסערע שפּײַזן אָדער אינטערעסאַנטע מאָמענטן האָבן זיי פֿאַרגעדענקט.

  6. ניצט דאָס ביכל אַרויסצורופֿן אַ שמועס: ס׳איז נישט נייטיק צו ענדיקן דאָס גאַנצע ביכל. אויב אײַערע קינדער הייבן אָן שטעלן פֿאַרשידענע שאלות, פֿירט אַ שמועס מיט זיי וועגן דעם, ווײַל אַזוי וועלן זיי זיך אויסלערנען אַ סך וועגן דער וועלט.

  7. שעמט זיך נישט נאָכצומאַכן די קולות פֿון די העלדן אין ביכל, אָדער די קלאַנגען פֿון די חיות. אַזאַ טעאַטער־שפּיל וועט העלפֿן די קינדער פֿאַרשטיין ווער עס רעדט, און וועט אויך אַרויסרופֿן אַ שמייכל בײַ זיי.

  8. לאָזט די קינדער פֿאָרויסזאָגן וואָס ס׳וועט באַלד געשען. „וואָס מיינסטו וועט דאָס מײַזעלע טאָן נאָכן מאַכן אַזאַ איבערקערעניש?‟ „וווּהין וועלן די פֿאַרבלאנדזשעטע קינדער איצט גיין?‟ ווען איר בעט אײַערע קינדער פֿאָרויסצוזאָגן וואָס ס׳וועט פֿאָרקומען ווײַטער, העלפֿט איר זיי בעסער פֿאַרשטיין דעם סיפּור־המעשׂה; עס לערנט זיי ווי צו טראַכטן אויף אַ שאַפֿערישן אופֿן, און קאָן זיי אַפֿילו לערנען ווי צו לייזן טאָג־טעגלעכע פּראָבלעמען.

  9. צווינגט נישט די קינדער אײַנצוזיצן. דאָס לייענען צוזאַמען מיט טאַטע־מאַמע דאַרף זײַן אַ פּאָזיטיווע איבערלעבונג, און נישט אויסזען ווי אַ שטראָף. אויב אַ קינד פֿאַרלירט דעם אינטערעס אינעם ביכל, וועט עס אפֿשר אַ ביסל אַרומלויפֿן איבערן צימער, אָבער דערנאָך וועט מסתּמא צוריקקומען. אויב עס קומט נישט צוריק, לייענט ווײַטער דאָס ביכל אויף אַ קול און מאַכט קאָמענטאַרן. מיט דער צײַט וועט דאָס קינד, צוליב נײַגעריקייט, זיך אומקערן.


ווי צו מאַכן קאָנטאַקטן אין אַ צימער מיט פֿרעמדע

Making Contacts in a Room Full of Strangers

געוויסע מענטשן קומען אַרײַן אין אַ צימער, וווּ זיי קענען קיינעם נישט, און גייען פֿון איין לעבעדיקן שמועס צו אַ צווייטן, שאַפֿנדיק דערבײַ נײַע געשעפֿט־קאָנטאַקטן און פֿרײַנד. ווי אַזוי טוען זיי דאָס?

אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל אינעם „וואָל־סטריט דזשורנאַל‟ לעצטנס דערקלערט, אַז אַזוינע מענטשן ווייסן פּשוט ווי אויסצוטײַטשן די גופֿשפּראַך פֿון די מענטשן אין זאַל. דערבײַ גיט די מחברטע, סו שעלענבאַרגער, אַ פּאָר אומגעריכטע אײַנזעענישן. למשל: אַ לעבעדיקער מאַנסביל, וואָס באַגריסט פֿרעמדע מיט אַ ברייטן שמייכל, אַ הויכן קול, דריקט זייער האַנט מיט דרייסטקייט, און האָט אַ טוץ וויזיט־קאַרטלעך אין קעשענע, איז אפֿשר אַ פֿרײַנדלעכער טיפּ, אָבער מסתּמא מאַכט ער נישט קיין דויערנדיקע פֿאַרבינדונגען מיט מענטשן.

Read more


דריקן מיר צו פֿיל אויף אונדזערע קינדער?

Do We Put Too Much Pressure on Our Children?

בעת די שווערע עקאָנאָמישע צײַטן, איז פֿאַרשטענדלעך, אַז די עלטערן פֿון מיטלשול־תּלמידים און קאָלעדזש־סטודענטן זאָלן פּרוּוון פֿאַרזיכערן אַ גוטע בילדונג, אַ לײַטישע קאַריערע און במילא אַ גוטע פּרנסה פֿאַר זייערע קינדער.

אָבער לויט אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿון וויקי אייבעלעס, פֿילן הײַנט אַ סך יונגע לײַט אַזאַ דרוק מצליח צו זײַן, אַז אָפֿט מאָל דערפֿירט עס צו דעפּרעסיע און שווערע אַנגסטן. שטעלט זיך די פֿראַגע: איז עס כּדאי?

ד״ר סטואַרט סלייווין, אַ קינדער־דאָקטער און פּראָפֿעסאָר אין דער מעדיצינישער שול פֿון „סיינט לויִס אוניווערסיטעט‟, האַלט, אַז ניין. מיט זעקס יאָר צוריק האָט ער אַנטדעקט זייער אַ הויכן פּראָצענט אַנגסטן און דעפּרעסיע בײַ זײַנע מעדיצינישע סטודענטן. האָט ער, אין איינעם מיט זײַנע קאָלעגן, אײַנגעפֿירט עטלעכע ענדערונגען אין דער לערן־פּראָגראַם: מע האָט אָפּגעשאַפֿן צייכנס פֿאַר די אַרײַנפֿיר־קלאַסן, און אַנשטאָט דעם — לאָזט מען די סטודענטן בלויז וויסן, צי זיי האָבן אויסגעהאַלטן דעם קלאַס, צי נישט; מע האָט יעדע צווייטע וואָך געגעבן די סטודענטן אַ האַלבן טאָג פֿרײַ, און מע האָט אויך אײַנגעפֿירט לערן־חבֿרותאס, כּדי צו דערנענטערן די סטודענטן איינער צום צווייטן. הײַנט איז דער פּראָצענט סטודענטן מיט דעפּרעסיע און אַנגסטן אַ סך נידעריקער.

Read more


ס׳איז געזינטער אויסצוטאָן די שיך

It's Healthier to Take Your Shoes Off

זענט איר אַ מאָל געקומען צו עמעצן אין שטוב, און מע האָט אײַך געבעטן אויסטאָן די שיך? בײַ אַ סך משפּחות פֿון כינע, יאַפּאַן, אינדיע און אַנדערע לענדער, לאָזן אַלע איבער די שיך בײַ דער טיר ווי נאָר מע טרעט אַריבער די שוועל.

ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז טאַקע געזינטער אַזוי. אין אַ שטודיע פֿונעם היוסטאָנער אוניווערסיטעט, האָט אַ גרופּע פֿאָרשער איבערגעקוקט די שיך אין 30 הײַזער אין דער שטאָט היוסטאָן און געפֿונען C. Diff אויף נישט ווייניקער ווי 40% פֿון די זײַלן פֿון די שיך — נאָך מער ווי אין די טואַלעטן (33%).

Read more


8 שטילע סימנים, אַז דו לײַדסט אפֿשר פֿון צוקערקרענק

8 Silent Signs You Might Have Diabetes

די סימפּטאָמען פֿונעם „טיפּ 2‟ דיאַבעט זענען נישט תּמיד לײַכט צו דערקענען ווײַל געוויינטלעך באַווײַזן זיי זיך צו ביסלעך. בלויז 25% פֿון די מענטשן, וואָס לײַדן פֿון צוקערקרענק ווייסן אַפֿילו, אַז זיי האָבן דאָס, האָט אַ שטודיע לעצטנס איבערגעגעבן. די פּראָבלעם איז, אויב מע באַהאַנדלט נישט דיאַבעט בײַם אָנהייב אָדער בײַ דער מיטנדיקער סטאַדיע פֿון דער קראַנקייט, וואַקסט די סכּנה פֿון האַרץ־פֿעלערן, נירן־קראַנקייט, בלינדקייט און אַמפּוטירונג.

דערפֿאַר, אויב איר דערקענט עטלעכע פֿון די ווײַטערדיקע סימפּטאָמען, פֿרעגט בײַם דאָקטער, צי מע זאָל בײַ אײַך בודק זײַן דעם צוקער:

Read more


אַ לעקציע אין לאָגיק

A Lesson in Logic

Courtesy: Carl Schleicher, “A Jewish Scene” (19th century)

אַ יונגערמאַן קלאַפּט אין דער טיר פֿון אַ גרויסן תּלמוד־חכם.

„רבי, איך וויל זיך לערנען תּלמוד.‟

„איר קענט לשון־קודש?‟

„ניין.‟

„האָט איר אַמאָל געלערנט גמרא?‟

„ניין, אָבער איך האָב פֿאַרענדיקט האַרוואַרד מיט די העכסטע צייכנס אין פֿילאָסאָפֿיע, און באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿון יעל. איך וויל אויסברייטערן מײַן דערציִונג דורכן לערנען אַ ביסל תּלמוד.‟

Read more


10 מיטלען צו פֿאַרלירן וואָג

10 Ways to Beat Obesity

עסט אייער פֿאַר פֿרישטיק, אַנשטאָט בייגל — און אויף אַ בלאָען טעלער

מענטשן טוען הײַנט פֿאַרשידענע זאַכן, כּדי שלאַנקער צו ווערן, אָבער אַפֿילו ווען זיי פֿאַרלירן וואָג, געווינען זיי עס ביסלעכווײַז צוריק. לויט אַן אַרטיקל אינעם זשורנאַל פֿון דער AARP לעצטנס, עצהן די עקספּערטן הײַנט געוויסע זאַכן, וואָס מע האָט פֿריִער נישט געוווּסט.

1. ביז לעצטנס האָט מען געמיינט, למשל, אַז דער בעסטער אופֿן צו פֿאַרלירן וואָג איז עס צו טאָן צו־ביסלעך. אָבער אַ נײַע שטודיע פֿון אויסטראַליע האָט אָנגעוויזן, אַז די מענטשן, וואָס האָבן פּלוצלינג שטאַרק באַגרענעצט זייערע קאַלאָריעס, האָבן גיכער דערגרייכט דעם וואָג וואָס זיי ווילן, און זענען טאַקע געבליבן בײַ דער וואָג. אויב איר ווילט אַליין אויספּרוּוון אַזאַ דיעטע, זאָלט איר זיך אָבער, צו ערשט, באַראַטן מיט אײַער דאָקטער ווײַל אַמאָל, ווען מע שנײַדט צו גיך די צאָל קאַלאָריעס פֿון דער דיעטע, קאָנען זיך אַנטוויקלען גאַלשטיינער.

Read more


8 זאַכן, וואָס מע דאַרף טאָן בײַם אָנהייב פֿון אַרבעטטאָג

8 Things To Do When Starting Your Workday

די ערשטע שעה פֿונעם אַרבעטטאָג קאָנען שטאַרק ווירקן אויף אײַער פּראָדוקטיווקייט נאָך מיטאָג. אָט זענען עטלעכע עצות ווי אײַנצופֿירן אַ פֿרימאָרגנדיקן רוטין, וואָס העלפֿט אײַך דערגרייכן אײַערע צילן בײַ דער אַרבעט.

Read more


13 שטריכן פֿון באַליבטע מענטשן

13 Traits of Very Likeable People

אַ סך מענטשן זענען אונטערן אײַנדרוק, אַז דאָס זײַן באַליבט בײַ מענטשן איז אַן אײַנגעבוירענע זאַך, און בלויז די וואָס זענען פֿיזיש שיין, געזעלשאַפֿטלעך און טאַלאַנטירט האָבן אַזאַ זכות.

אין אַ שטודיע דורכגעפֿירט פֿונעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט מען אַנטדעקט, אַז ס׳איז דווקא נישט אַזוי. ווען מע האָט אויסגערעכנט מער ווי 500 שטריכן, און געפֿרעגט די באַטייליקטע, וועלכע שטריכן רופֿן בײַ זיי אַרויס סימפּאַטיע, זענען די פּאָפּולערסטע שטריכן נישט געווען „געזעלשאַפֿטלעך‟, „אינטעליגענט‟ אָדער „שיין‟, נאָר גאָר אַנדערע: „ערלעך‟, „אָפֿנהאַרציק‟ און „האָט מיטגעפֿיל צו אַנדערע מענטשן‟.

ווי אַ רעזולטאַט האָט דער געשעפֿט־זשורנאַל Forbes לעצטנס אַליין אויסגעפֿאָרשט דעם ענין און אַנטדעקט 13 שטריכן, וואָס קאָנען העלפֿן מענטשן צו ווערן מער באַליבט, סײַ בײַ זייערע מיטאַרבעטער, סײַ בײַ זייערע קרובֿים און פֿרײַנד:

Read more


לאַטקעס, פּאָנטשקעס און משקה לכּבֿוד חנוכּה

Latkes, Donuts and Drinks for your Chanukah Party

פֿון שׂרה־רחל שעכטער, איוו יאַכנאָוויץ

שׂרה־רחל און איוו גרייטן צו די היימישע פּאָטראַוועס, און ליאַנאַ, די ייִדיש־רעדנדיקע „באַריסטאַ‟, מישט די געטראַנקען.


דער סוד פֿון אַ גוטן צוזאַמענלעבן

Secret to a Lasting Relationship

יעדן יוני (דער „ראָמאַנטישסטער‟ חודש) האָבן חתונה בערך 13,000 אַמעריקאַנער, אָבער בלויז 30% פֿון די פּאָרפֿעלקער בלײַבן צופֿרידן מיטן זיווג, שרײַבט דער פּסיכאָלאָג טײַ טאַשיראָ אין זײַן בוך, The Science of Happily Ever After [די וויסנשאַפֿט פֿון בלײַבן גליקלעך צוזאַמען].

ער איז נישט דער איינציקער פּסיכאָלאָג, וואָס האָט שטודירט דעם פֿענאָמען. במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 40 יאָר האָט דזשאָן גאָטמאַן אָבסערווירט טויזנטער פּאָרפֿעלקער, כּדי צו פֿאַרשטיין דעם סוד פֿון אַ געראָטענעם צוזאַמענלעבן. אין 1986 האָט ער מיט זײַנע מיטאַרבעטער שטודירט ערשט־חתונה געהאַטע פּאָרלעך און זיך צוגעקוקט ווי זיי באַציִען זיך איינער צום צווייטן.

זיי האָבן בײַ יעדן פֿון זיי אויך צוגעטשעפּעט עלעקטראָדן צום מוח. בעת מע האָט זיי אויסגעפֿרעגט וועגן זייער באַציִונג, האָט מען געמאָסטן זייער בלוטשטראָם, האַרץ־קלאַפּעניש און וויפֿל זיי האָבן געשוויצט. זעקס יאָר שפּעטער האָט מען זיך ווידער פֿאַרבונדן מיט זיי, כּדי צו זען, אויב דאָס פּאָרל לעבט נאָך צוזאַמען.

דורך דער אינפֿאָרמאַציע וואָס זיי האָבן געזאַמלט, האָט גאָטמאַן צעטיילט די פּאָרפֿעלקער אין צוויי גרופּעס: די „גליקלעכע‟ און די „אומגליקלעכע‟. די „גליקלעכע‟ זענען די וואָס זענען נאָך זעקס יאָר נאָך אַלץ געווען אַ פּאָר; די „אומגליקלעכע‟ האָבן זיך שוין ביז דעמאָלט געהאַט צעשיידט, אָדער געווען שטאַרק נישט־צופֿרידן מיט זייער זיווג־לעבן.

Read more


גרויסע ענדערונגען אין דער אַמעריקאַנער דיעטע

BIg Changes in How Americans Eat

ביז לעצטנס האָבן בלויז די אײַנוווינער פֿון די גרויסע שטעט זיך געהיט מיט זייער עסן, און אויסגעמיטן געוויסע אינגרעדיענטן, וואָס זיי האַלטן, אַז עס שאַט דעם געזונט. אָבער הײַנט היטן זיך שוין אויך מענטשן פֿון קליינע שטעט און שטעטלעך, און די שפּײַזפֿירמעס באַמיִען זיך שטאַרק צופֿרידנצושטעלן די נײַע פֿאַרלאַנגען.

די ריזיקע פֿירמע „דזשענעראַל מילס‟, למשל, האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז זי וועט אויפֿהערן מאַכן אירע גרײַפּלעך (cold cereal) מיט קינסטלעכע קאָלירן און טעמען. די הינדל־פֿירמעס „פּערדו‟ און „טײַסאָן‟ באַגרענעצן איצט דעם באַניץ פֿון אַנטיביאָטיק אין זייערע הינער. „קרעפֿט‟ האָט געמאָלדן, אַז זי וועט מער נישט ניצן קינסטלעכע פֿאַרבן פֿאַר איר קאָמערציעל־פּראָדוצירטן מאַקאַראָני מיט קעז. „הערשיס‟ וועט ניצן „פֿרישע מילעך פֿון אָרטיקע פֿאַרמען‟ פֿאַר אירע שאָקאָלאַדן.

די באַשלוסן פֿון די באַרימטע פֿירמעס זענען אַ רעאַקציע אויף דעם וואָס די קאָנסומענטן האָבן במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר זיי פּשוט פֿאַרלאָזט, צוליב די קינסטלעכע אינגרעדיענטן און הויכן פּראָצענט זאַלץ און צוקער אין זייערע פּראָדוקטן. אַפֿילו די פּראָדוצענטן פֿון מאַראַנצן־זאַפֿט, וואָס איז יאָרן לאַנג באַצייכנט געוואָרן ווי אַ וויכטיקער טייל פֿון אַ געזונטן פֿרישטיק, האָבן פֿאַרלוירן 45% פֿון זייערע קונים, ווײַל אַזאַ זאַפֿט האָט אַ הויכן פּראָצענט צוקער — אַ סך מער צוקער ווי דער זאַפֿט, וואָס אַ מענטש קאָן אויסקוועטשן פֿון פֿרישע מאַראַנצן בײַ זיך אין קיך.

אַמאָל פֿלעגן די קונים אין די שפּײַזקראָמען פֿאַרברענגען ס׳רובֿ פֿון דער צײַט בײַ די פּאָליצעס פֿון קאָמערציעל־צוגעגרייטע פּראָדוקטן, אָבער הײַנט קויפֿן זיי, צום גרויסן טייל, פֿרישע פּראָדוקטן: רויע פֿרוכטן און גרינסן, רוי פֿלייש, און פֿריש־געבאַקן ברויט און געבעקסן.

קריטיקער פֿון די גרויסע שפּײַזפֿירמעס טענהן, אַז אויב זיי ווילן ווײַטער אָנהאַלטן זייערע קונים, וועלן זיי מוזן צוצוגרייטן מער געזונטע שפּײַזן. זיי לייגן פֿאָר, אַז די פֿירמעס זאָלן שטאַרק שנײַדן דעם פּראָצענט צוקער אין זייערע פּראָדוקטן. אַפֿילו די יאָגורטן, וואָס זענען געמאַכט מיט פֿרוכט אַזוי ווי יאַגדעס, למשל, האָבן זייער אַ הויכן פּראָצענט צוקער; איין קאַרטאָנדל פֿון 8 אונץ (226 גראַם) קאָן האָבן 33 מיליגראַם צוקער!

די ריזיקע פֿירמע „נעסליס‟, וואָס מאַכט פֿאַרפֿרוירענע פּראָדוקטן, האָט לעצטנס אינוועסטירט 50 מיליאָן דאָלאַר אין אַ נײַער אײַנריכטונג, וואָס זאָל אויספּרוּוון נײַע פֿאַרפֿרוירענע מאכלים, אָבער האַנס טאַפּאַריאַ, אַ געשעפֿט־פּראָפֿעסאָר אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט וואָרנט „נעסליס‟, אַז ס׳איז אַרויסגעוואָרפֿן געלט, ווײַל די הײַנטיקע קאָנסומענטן ווילן גיכער פֿריש־געמאַכטע מאכלים. „די פֿירמע וואָלט גיכער געדאַרפֿט אינוועסטירן אין געזונטע, פֿריש־געמאַכטע מאָלצײַטן, וואָס מע זאָל פֿאַרקויפֿן בײַם ׳דעלי׳־אָפּטייל פֿון די סופּערמאַרקן איבערן לאַנד,‟ האָט ער געזאָגט. „דאָס וואָלט געווען זייער איינציקער שאַנס אָנצוהאַלטן זייערע קונים.‟


דערוואַקסענע שוועסטער־ברידער, וואָס רײַסן איבער די באַציִונגען

Adult Siblings Who Stop Speaking to Each Other

מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָב איך מנחם־אָבֿל געווען אַ משפּחה פֿון פֿיר דערוואַקסענע זין, וואָס האָבן ערשט געהאַט פֿאַרלוירן די מאַמע. בעת דעם שמועס האָב איך דערהערט ווי איין ברודער זאָגט, האַלב־וויצלענדיק, צום צווייטן: „נו, מיר ווייסן שוין ביידע, וועלכע שנור איז געווען איר באַליבטסטע…‟

מסתּמא, האָבן די צוויי נישט געוווּסט, אַז איך האָב דאָס געהערט, האָב איך זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק, אָבער ביזן הײַנטיקן טאָג טראַכט איך וועגן דעם זאָג. איז דאָס אַ פֿאַרשפּרייטע זאַך, אַז דערוואַקסענע קינדער „ווייסן‟ ווער ס׳איז געווען דאָס „באַליבטסטע‟ קינד פֿון די עלטערן? און אויב יאָ, קאָן דאָס נישט אַרויסרופֿן אַ טיפֿן פֿאַראיבל בײַ די שוועסטער און ברידער פֿונעם „ליבלינג‟?

אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל אינעם זשורנאַל Psychology Today (די הײַנטיקע פּסיכאָלאָגיע), האָט די זשורנאַליסטקע סאַראַ עקעל געשריבן וועגן דער פּסיכאָלאָגיע פֿון דעם נישט־זעלטענעם פֿענאָמען, ווען דערוואַקסענע שוועסטער־ברידער הערן אויף צו רעדן איינער מיטן צווייטן. בײַ מײַנע באַקאַנטע, וואָס זענען געזעסן שבֿעה, האָט עס נישט דערפֿירט צו אַן איבעררײַס פֿון די באַציִונגען צווישן די ברידער, אָבער בײַ אַ סך משפּחות איז דאָס אָפֿט מאָל אַ סיבה פֿאַר וואָס די באַציִונגען ווערן טאַקע איבערגעהאַקט.

„צום טייל, איז די עוואָלוציע שולדיק אין דעם,‟ שרײַבט עקעל. „אין דער אמתן זענען שוועסטער און ברידער נאַטירלעכע קאָנקורענטן ווײַל ביידע פֿאַרלאָזן זיך אויף דער ליבע און שוץ פֿון טאַטע־מאַמע, כּדי צו בלײַבן לעבן.‟

Read more


פֿלאָדן מיט טייטלען און ניס

Fluden Pastry With Dates and Nuts

פֿון שׂרה־רחל שעכטער, איוו יאַכנאָוויץ

דאָס כּמעט־פֿאַרגעסענע געבעקס פֿלעגט זײַן אַ באַליבטע זאַך אויף ייִדישע חתונות.


דאָס הייבן געוויכטן קאָן העלפֿן דעם מוח

Lifting Weights Can Aid the Brain

נעווראָלאָגן ווייסן שוין פֿון לאַנג, אַז דאָס מאַכן פֿיזישע געניטונגען — לויפֿן, גיך שפּאַצירן, שווימען און פֿאָרן מיטן וועלאָסיפּעד — קאָנען ממשותדיק פֿאַרפּאַמעלעכן דאָס אײַנשרומפּן פֿונעם מוח, אַן אוניווערסאַלער פֿענאָמען בײַ מענטשן עלטער פֿון 50 יאָר. אַ נײַער עקספּערימענט ווײַזט, אַז דאָס הייבן געוויכטן קאָן אויך העלפֿן דעם מוח בײַ עלטערע מענטשן בלײַבן געזינטער.

אַ באַריכט וועגן דער שטודיע איז לעצטנס פּובליקירט געוואָרן אינעם Journal of the American Geriatrics Society (זשורנאַל פֿון דער „געזעלשאַפֿט פֿון אַמעריקאַנער געריאַטריקער‟)

ד״ר ליו־אַמבראָז, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון פֿיזישער טעראַפּיע, און אירע קאָלעגעס, האָבן אָבסערווירט 54 פֿרויען צווישן 65 און 75 יאָר, וואָס מע האָט סקאַנירט בײַ זיי דעם מוח און אַנטדעקט ווײַסע „לעכער‟ — אַ קלאָרער סימן פֿון אַטראָפֿירט ווערן. די פֿאָרשער האָבן אויך פֿאַרשריבן די גיכקייט און סטאַביליטעט פֿונעם גאַנג בײַ יעדער פֿרוי, און זיי דערנאָך צעטיילט אויף טראַף אין דרײַ גרופּעס.

איין גרופּע האָט מען געהייסן איין מאָל אַ וואָך הייבן לײַכטע געוויכטן מיט די אבֿרים פֿונעם אייבערשטן טייל פֿון גוף (כּדי צו פֿאַרשטאַרקן די מוסקלען פֿון דער פּלייצע, ברוסטקאַסטן און אַקסלען) און פֿונעם אונטערשטן טייל פֿון גוף (לטובֿת די מוסקלען פֿון די פּולקעס, ליטקעס און די אַנדערע טיילן פֿון פֿוס).

די צווייטע גרופּע האָט מען געהייסן מאַכן דעם זעלבן רוטין — אָבער צוויי מאָל אַ וואָך אַנשטאָט איין מאָל אַ וואָך. די דריטע גרופּע האָט אין גאַנצן נישט געהויבן קיין געוויכטן; בלויז געמאַכט לײַכטע געניטונגען, וואָס ציִען אויס די מוסקלען און פֿאַרבעסערן זייער גלײַכגעוויכט.

די פֿרויען פֿון אַלע גרופּעס האָבן געפֿאָלגט דעם רוטין במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר. בײַם סוף פֿונעם יאָר האָט מען ווידער סקאַנירט זייערע מוחות און גאַנג־פֿעיִקייטן. די רעזולטאַטן זענען געווען זייער בולט: בײַ די פֿרויען אין דער דריטער גרופּע, וואָס האָבן בכלל נישט געהויבן קיין געוויכטן, האָט מען אַנטדעקט אַ מוראדיקע פֿאַרגרעסערונג פֿון דער צאָל וווּנדן אינעם מוח, און אַ פֿאַרערגערונג פֿון זייער גאַנג; דאָס זעלבע האָט מען באַמערקט בײַ די פֿרויען, וואָס האָבן געהויבן געוויכטן בלויז איין מאָל אַ וואָך.

אָבער בײַ די וואָס האָבן געהויבן געוויכטן צוויי מאָל אַ וואָך, האָט מען געזען אַ סך ווייניקער אַטראָפֿיע פֿונעם מוח; זיי זענען אויך געגאַנגען גיכער און גלאַטיקער ווי די פֿרויען אין די אַנדערע צוויי גרופּעס.

ס׳איז, אַ פּנים, נישט גענוג צו באַזוכן דעם געניטונג־זאַל בלויז איין מאָל אַ וואָך. מע דאַרף גיין אַהין, צום ווייניקסטן, צוויי מאָל אַ וואָך, אויב מע וויל האַלטן דעם מוח (רעלאַטיוו) יונג און שטאַרק. איידער איר הייבט אָן הייבן געוויכטן, זאָלט איר זיך אָבער באַראַטן מיטן טרענירער פֿונעם געניטונג־זאַל, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז איר טוט עס ריכטיק.


דער אמת וועגן פֿיש פֿון אַ פּושקע

The Truth About Canned Fish

מע הערט כּסדר, אַז פֿרישע פּראָדוקטן זענען געזינטער ווי דאָס עסן פֿון אַ פּושקע, אָבער ווען עס רעדט זיך וועגן טונפֿיש, לאַקס און סאַרדינען, איז עס נישט אַזוי, האָט לעצטנס איבערגעגעבן אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟.

לויט דעם אַמעריקאַנער דעפּאַרטאַמענט פֿון אַגריקולטור, האָבן סײַ די פֿרישע פֿיש, סײַ די פֿיש פֿון אַ פּושקע, געוויסע מעלות און חסרונות. קאָנסערווירטע פֿיש פֿון אַ פּושקע איז געוויינטלעך ביליקער ווי פֿרישע פֿיש, איז גרינגער צו ניצן, און קען שטיין מער ווי אַ יאָר לאַנג אויף דער פּאָליצע. פֿון דער אַנדערער זײַט, געפֿינט זיך אין אים מער נאַטריום ווי אין די פֿרישע פֿיש, און אַ סך מענטשן האַלטן, אַז די פֿרישע פֿיש זענען געשמאַקער.

אָבער פֿיש פֿון אַ פּושקע האָבן אויך בפֿירושע מעלות. מע כאַפּט זיי געוויינטלעך „ווילדערהייט‟, בעת די פֿרישע פֿיש האָדעוועט מען אויס אין ספּעציעלע „פֿאַרמען‟, וווּ — לויט אַ טייל קריטיקער — איז דער פּראָצענט פֿון פֿאַרפּעסטיקונג גאַנץ הויך. דערצו קריגט מען פֿון געוויסע סאָרטן פֿיש, ווי סאַרדינען, מער קאַלציום, ווײַל די קאַלציום־רײַכע ביינדעלעך ווערן ווייכער דורכן פּראָצעסירן זיי, איז די פֿיש גרינגער צו עסן. די ביינער בײַ פֿרישע פֿיש קען מען, אַוודאי, נישט עסן.

וואָס שייך דעם ניוואָ פֿון קוועקזילבער אין פֿיש — אַ זאָרג בפֿרט בײַ טראָגעדיקע פֿרויען — געפֿינט זיך מסתּמא ווייניקער קוועקזילבער אין דער פּושקע־פֿיש ווי אין די פֿרישע פֿיש, ווײַל די קליינע פֿישעלעך אין דער פּושקע אַנטהאַלטן במילא ווייניקער קוועקזילבער צוליב זייער גרייס, דערקלערט אַליס ליכטענשטיין, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון נערונג־וויסנשאַפֿט און פּאָליטיק בײַם טאָפֿטס־אוניווערסיטעט.

קונים וואָס קויפֿן פֿיש פֿון אַ פּושקע, קלײַבן געוויינטלעך אויס דעם פֿיש אין וואַסער אַנשטאָט אין בוימל, ווײַל דער פֿיש אין וואַסער באַשטייט פֿון ווייניקער קאַלאָריעס ווי פֿיש אין בוימל. אָבער קריסטין קירקפּאַטריק, אַ רעגיסטרירטע דיעטעטיקערין, טענהט, אַז דער בוימל העלפֿט דווקא אויפֿצוהאַלטן אין אײַער גוף מער אָמעגאַ־3 זײַערס, וואָס איז פֿאַררעכנט פֿאַר אַ געראָטענעם „מוח־שפּײַז‟.

„ס׳איז וויכטיק אײַנצונעמען יעדן טאָג אָמעגאַ־3, און איינער פֿון די גרינגסטע און ביליקסטע אופֿנים דאָס צו טאָן איז צו עסן קאָנסערווירטע פֿיש פֿון דער פּושקע,‟ האָט קירקפּאַטריק באַטאָנט.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.