No Place Like Home

סודות פֿון גליקלעכע פּאָרפֿעלקער

Secrets of Happily Married Couples

אויב איר מיינט, אַז דאָס בעסטע פּאָרל קריגט זיך קיין מאָל נישט, לייענט ווײַטער! אָט זענען 7 איבערראַשנדיקע סודות פֿון אַ געזונטן ראָמאַנטישן צוזאַמענלעבן:

1. זיי גייען שלאָפֿן אין דער זעלבער צײַט

פֿרויען, וואָס זענען צופֿרידן מיט זייער זיווג־לעבן, לייגן זיך שלאָפֿן, 90% פֿון דער צײַט, בערך אין דער זעלבער צײַט ווי זייערע מענער, לויט אַ שטודיע לעצטנס בײַם פּיטסבורגער אוניווערסיטעט. במשך פֿון 10 טעג האָבן די פֿאָרשער אָבסערווירט די שלאָף־געוווינשאַפֿטן און דעם ניוואָ פֿון צופֿרידנקייט בײַ 46 חתונה־געהאַטע פּאָרפֿעלקער.

אויב איר ווילט פֿאַרבעסערן די שאַנסן, אַז אײַער זיווג זאָל זײַן צופֿרידן, לייגט זיך טאַקע שלאָפֿן אין בערך דער זעלבער צײַט. אויב דאָס איז נישט מעגלעך, געפֿינט אַנדערע מאָמענטן אינעם טאָג זיך צו פֿאַרבינדן, גיט איבער די פּסיכאָלאָגין און שלאָף־פֿאָרשערין, העטער גינס. „יעדער איינער האָט אַ באַדערפֿעניש פֿאַר נאָענטשאַפֿט און זיכערקייט,‟ האָט זי געזאָגט.

2. זיי דאגהן נישט, אויב זיי גייען שלאָפֿן אין כּעס

אַפֿילו די גליקלעכסטע פּאָרפֿעלקער צעקריגן זיך פֿון צײַט צו צײַט, אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט אומגליקלעכע פּאָרפֿעלקער, פֿאַרלירן זיי נישט קיין שלאָף איבער דעם און ווערן גלײַך אַנטשלאָפֿן, זאָגט שאַנטי פֿעלדהאַן, אַ סאָציאַלע פֿאָרשערין און די מחברטע פֿונעם בוך, The Surprising Secrets of Highly Happy Marriages. דער אמת איז, אַז אויב אַ פּאָרפֿאָלק פּרוּווט צו איגנאָרירן אָדער פֿאַרגעסן דאָס קריגערײַ, וועלן זיי אפֿשר שפּעטער חרטה האָבן. בעסער איז צו וואַרטן ביזן צווייטן טאָג, נאָך דעם ווי מע האָט זיך אויסגעשלאָפֿן און מ׳איז שוין רויִקער, און דעמאָלט אַרומרעדן דעם ענין, כּדי יעדער צד זאָל הערן דעם צווייטנס קוקווינקל.

צווישן די 1,000 פּאָרפֿעלקער וואָס שאַנטי פֿעלדהאַן האָט אינטערוויויִרט, זענען די גליקלעכסטע פּאָרפֿעלקער געווען אַ סך מער גענייגט צו זײַן אָפֿנהאַרציק מיט זייערע געפֿילן, ווי יענע פּאָרפֿעלקער וואָס האָבן דעם צווייטן אינדערפֿרי געמאַכט אַן אָנשטעל, אַז „ס׳איז גאָרנישט געשען‟.

3. זיי האָבן זייערע אייגענע גוטע פֿרײַנד

חתונה־געהאַטע מענער און פֿרויען, וואָס פֿאַרברענגען פֿון צײַט צו צײַט מיט זייערע באַזונדערע פֿרײַנד פֿונעם זעלבן מין, זענען געוויינטלעך גליקלעכער ווי די וואָס פֿאָקוסירן אַלע כּוחות אויף זייער ראָמאַנטישן פּאַרטנער, שרײַבט פּעפּער שוואַרץ, וועלכע האָט אויך שטודירט די באַציִונגען פֿון גליקלעכע פּאָרפֿעלקער. „ווען סײַ דער מאַן, סײַ זײַן פֿרוי, האָבן געלעגנהייטן צו שמועסן און פֿאַרברענגען מיט זייערע אייגענע פֿרײַנד, פֿילן זיי זיך נישט אַזוי איזאָלירט אָדער אָפּהענגיק איינער פֿונעם אַנדערן,‟ האָט זי געזאָגט.

4. אַ מאָל איז בעסער נישט צו זאָגן דעם גאַנצן אמת

ס׳איז וויכטיק צו זײַן אָפֿנהאַרציק מיטן מאַן אָדער מיט דער פֿרוי, אָבער זײַט זיכער, אַז אויב איר גיט אַן עצה (מיט אַנדערע ווערטער — קריטיק), אַז איר טוט עס אויף אַן איידעלן אופֿן. פֿעלדהאַנס פֿאָרש־אַרבעט ווײַזט, אַז די גליקלעכסטע פּאָרלעך נעמען אין באַטראַכט די געפֿילן פֿון זייער זיווג, ווען זיי דריקן אויס אַ מיינונג, וואָס איז נישט אײַנגענעם צו הערן. „די גליקלעכסטע פּאָרפֿעלקער זענען די וואָס האָבן גערעדט פּונקט אַזוי שטיל און רויִק פּריוואַטערהייט ווי מיט אַ פֿרײַנד בפֿרהסיא,‟ האָט פֿעלדהאַן געזאָגט.

5. זיי האַלטן נישט תּמיד די קינדער אויפֿן ערשטן אָרט

אַוודאי פֿאָדערן אײַערע קינדער אײַער אויפֿמערק, אָבער אויב איר פֿאָקוסירט אַלע כּוחות אויף זיי, לאָזט עס ווייניק צײַט זיך אָפּצוגעבן מיטן פּאַרטנער, זאָגט אירינאַ פֿירשטיין, אַ ניו־יאָרקער פּסיכאָטעראַפּעווטין פֿאַר פּאָרלעך. „נאָך דעם ווי איר לייגט די קינדער שלאָפֿן, פֿאַרברענגט די צײַט צוזאַמען. מיט אַנדערע ווערטער — רעדט נישט אויפֿן טעלעפֿאָן; קוקט נישט קיין טעלעוויזיע, און לעשט אויס דעם קאָמפּיוטער. אויב איר ווילט יאָ קוקן אויף אַ באַליבטער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, טוליעט זיך צו אויף דער סאָפֿע בעת איר קוקט, און נאָך דעם ווי די פּראָגראַם ענדיקט זיך — כאַפּט אַ שמועס וועגן דעם.

6. זיי שעמען זיך נישט מיט אַרויסווײַזן ליבע אין דער עפֿנטלעכקייט

גליקלעכע פּאָרפֿעלקער זענען מער גענייגט זיך אַרומצונעמען און זיך האַלטן בײַ דער האַנט בפֿרהסיא ווי די אומגליקלעכע, זאָגט שוואַרץ. ערשטנס, ווען מע גייט האַנט אין האַנט, איז שווערער זיך צו קריגן, און אַחוץ דעם — שוואַכט עס אָפּ די שפּאַנונג. „דאָס האַלטן זיך בײַ דער האַנט דינט ווי אַן עמאָציאָנעלע דערמאָנונג, אַז איר זענט אַ פּאָרפֿאָלק און בעצם — אַ מאַנשאַפֿט,‟ האָט שוואַרץ געזאָגט.

7. זיי מאַכן פּשרות

אין אַ באַציִונג דאַרפֿן ביידע פּרוּוון צופֿרידנשטעלן דעם צווייטן; זײַן בייגעוודיק בעת אַ חילוקי־דעות, אַפֿילו ווען איר זענט זיכער, אַז איר זענט גערעכט! דאָס מיינט נישט, אַז איר זאָלט אין גאַנצן נאָכגעבן אײַער זיווג, אָדער זיך מקריבֿ זײַן. אַ פּשרה מיינט, אַז אַ מאָל וועט מען טאָן זאַכן ווי דער מאַן וויל, און אַנדערע מאָל — ווי די פֿרוי וויל.


7 מיטלען אויפֿצושטיין פֿרי

7 Ways to Wake Up Early

אַ סך פֿון אונדז חלומען צו קריגן אַ שטעלע, וווּ מע קען באַשטימען די אייגענע אַרבעט־שעהען; בדרך־כּלל, איז דאָס נישט מעגלעך, ווײַל ס׳רובֿ פֿירמעס, שולן און רעגירונג־ביוראָען האַלטן זיך עד־היום בײַ די אָנגענומענע שעהען, פֿון 9 אין דער פֿרי ביז 5 נאָך מיטאָג.

דאָס איז, אַוודאי, אַ מעלה פֿאַר די מענטשן, וואָס וועקן זיך נאַטירלעך אויף זייער פֿרי, אָבער אויב איר זענט פֿון יענע, וואָס קאָנען זיך קוים אַרויסשלעפּן פֿון בעט, איז כּדאַי איר זאָלט זיך באַמיִען צו ווערן אַ „פֿרימאָרגנדיקער‟. טאָמער זאָרגט איר זיך, אַז דאָס איז אוממעגלעך, ווײַזן די שטודיעס פּונקט פֿאַרקערט. פֿאָרשונגען פֿון אידענטישע צווילינגען האָבן אַנטדעקט, אַז בלויז 50% פֿון דער טענדענץ זיך אויפֿצוּוועקן פֿרי ווערט גענעטיש באַשטימט; הייסט עס, אַז די אַנדערע 50% איז יאָ אונטער אײַער קאָנטראָל!

אָט זענען 7 אופֿנים ווי אַזוי איר קענט זיך פֿאַרוואַנדלען פֿון אַ „סאָווע‟ צו אַ „טרילערל‟:

Read more


שטודיע: שווערע פּאַציענטן ווערן ערגער באַהאַנדלט

Study: Difficult Patients Get Worse Care

אויב אַ פּאַציענט פֿירט זיך אויף נישט־העפֿלעך בעת אַ וויזיט בײַם דאָקטער, שטערט עס זײַן מעדיצינישע באַהאַנדלונג?

אַ גרופּע האָלענדישע פֿאָרשער האָבן לעצטנס געשטעלט די פֿראַגע אין צוויי באַזונדערע שטודיעס, און דער ענטפֿער איז קלאָר: אויב אַ פּאַציענט פֿירט זיך אויף אויף אַן אַגרעסיוון אופֿן, ווערט ער אָפֿט מאָל ערגער באַהאַנדלט ווי נישט־אַגרעסיווע פּאַציענטן.

די אויספֿירן דאַרף מען נאָך ווײַטער פֿאָרשן, ווײַל אין די שטודיעס האָבן די פֿאָרשער אויסגעפּרוּווט דאָקטוירים אין פֿיקטיווע סקיצעס, און נישט מיט אמתע פּאַציענטן. פֿון דעסטוועגן, האָט מען געזען, אַז די פּאַציענטן, וואָס מאַכן אַ סקאַנדאַל צעטומלען די דאָקטוירים און ווי אַ פּועל־יוצא, שטערט עס די דאָקטוירים צו טאָן זייער אַרבעט.

„די פּאַציענטן, וואָס ווײַזן אַרויס אומדרך־ארץ אָדער אַגרעסיווקייט קאָנען גורם זײַן, אַז די דאָקטוירים זאָלן שטעלן אַ נישט־ריכטיקן דיאַגנאָז,‟ האָט באַמערקט ד״ר סילוויאַ מאַמעדע, אַ פּראָפֿעסאָר אינעם „עראַזמוס מעדיצינישן צענטער‟ אין האָלאַנד און אַ מחברטע פֿון ביידע שטודיעס.

בערך 15% פּאַציענטן, וואָס קומען אַרײַן אין אַ דאָקטערס קאַבינעט ,זענען אַגרעסיוו, אומדרך־ארצדיק אָדער דריקן אויס חשד וועגן די כּוונות פֿונעם פּערסאָנאַל, האָט מאַמעדע געזאָגט. „פֿאַרשטייט זיך, רופֿן אַזוינע אויפֿפֿירן אַרויס בײַ די דאָקטוירים אַן עמאָציאָנעלע רעאַקציע.‟

די פֿאָרשער האָבן געקאָנט אָבסערווירן אמתע וויזיטן צום דאָקטער צו געפֿינען אַן ענטפֿער, אָבער מאַמעדע האָט דערקלערט, אַז אַזאַ צוגאַנג וואָלט געווען „כּמעט אוממעגלעך‟ צו אַנאַליזירן, ווײַל יעדער פֿאַל איז אַנדערש. דערפֿאַר האָבן די פֿאָרשער געשאַפֿן סקיצעס, וווּ עס קומען צום דאָקטער סײַ „נייטראַלע‟, סײַ אַגרעסיווע פּאַציענטן (זיי דריקן אויס, למשל, אומצופֿרידנקייט וועגן די פּראָצעדורן, אָדער זיי איגנאָרירן דעם דאָקטערס אינסטרוקציעס, אאַז״וו). דערנאָך האָט מען געבעטן דעם דאָקטער צו מאַכן אַ דיאַגנאָז.

אין איינער פֿון די צוויי שטודיעס, וווּ מע האָט אָבסערווירט 63 משפּחה־דאָקטוירים פֿון ראָטערדאַם, האָלאַנד, „האָבן די דאָקטוירים געמאַכט 42% מער טעותן בײַ די אַגרעסיווע פּאַציענטן ווי בײַ די נישט־אַגרעסיווע, ווען דער מעדיצינישער ענין איז געווען אַ קאָמפּליצירטער, און 6% מער טעותן, ווען דער ענין איז געווען אַ גרינגער,‟ האָט מאַמעדע געזאָגט. די דאָקטוירים האָבן, אַ פּנים, געגעבן אַ מער פּינקטלעכן דיאַגנאָז, ווען זיי האָבן געהאַט מער צײַט צו טראַכטן וועגן דעם.

די צווייטע שטודיע, וואָס האָט דורכגעפֿירט דעם עקספּערימענט מיט 74 מעדיצינישע רעזידענטן, האָט באַמערקט די זעלבע זאַך. ווען דער ענין איז געווען קאָמפּליצירט, „האָבן די דאָקטוירים געמאַכט 20% מער טעותן מיטן דיאַגנאָז ווי בײַ די נייטראַלע פּאַציענטן,‟ האָט מאַמעדע געזאָגט.

מאַמעדע איז געקומען צום אויספֿיר, אַז די „שווערע‟ פּאַציענטן האָבן געשטערט די קאָנצענטראַציע פֿון די דאָקטוירים דורך זייער אויפֿפֿיר, און דערבײַ גורם געווען אַ נישט־פּינקטלעכן דיאַגנאָז.

וואָס קען מען טאָן וועגן דעם? מאַמעדע לייגט פֿאָר, אַז מע זאָל טרענירן די דאָקטוירים ווי זיך אַן עצה צו געבן מיט די „שווערע פּאַסאַזשירן‟ אויף אַ מער עפֿעקטיוון אופֿן. „אַן אַגרעסיוון פּאַציענט קען מען באַרויִקן, און אַ פּאַציענט, וואָס ווײַזט אַרויס אַן אומצוטרוי צום דאָקטער קען מען איבערשיקן צו אַ צווייטן דאָקטער,‟ האָט זי פֿאָרגעלייגט.

די פּאַציענטן דאַרף מען אויך עצהן אויסצודריקן זייערע געפֿילן אויף אַ העפֿלעכן אופֿן. למשל, אויב זיי זאָרגן זיך וועגן זייערע סימפּטאָמען, זאָלן זיי — אַנשטאָט אַן אַגרעסיווער רעאַקציע צום דאָקטער — זאָגן: „איך שרעק זיך אַ ביסל וועגן מײַן מצבֿ; בין איך געקומען אַהער, מיט דער האָפֿענונג, אַז איר קענט מיר העלפֿן.‟


היימישע רפֿואות פֿאַר אַ מאָגן־קראַנקייט

Home Remedies For an Upset Stomach

ווען דער מאָגן ברענגט אײַך צרות — עס מיגלט אײַך; אָדער איר לײַדט פֿון אַ לויזן מאָגן, אָדער אַ האַרטן — איז בעסער אויסצומײַדן די קאָמערציעלע מעדיקאַמענטן, און זיך גיכער היילן מיט פּשוטע, נאַטירלעכע מיטלען. אָט זענען 9 פֿון זיי:

1. מערן און פֿעפֿערמינץ

מערן און פֿעפֿערמינץ

אויב עס מיגלט אײַך, בפֿרט בעת אַ ווינטערדיקער גריפּע, זידט אויף 4 טעפּלעך וואַסער מיט 4 צעשניטענע מערן און איין טיי־זעקעלע פֿעפֿערמינץ. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און קאָכט עס 15 מינוט, ביז די מערן ווערן ווייך. וואַרפֿט אַרויס דאָס טיי־זעקעלע, און צעמאָלט די מערן מיטן וואַסער אין אַ שפּײַזמאַשין, ביז עס איז אין גאַנצן צעמאָלן. אויב איר גיט צו אַ ביסל צעמאָלענעם אינגבער, וועט עס נאָך מער העלפֿן באַרויִקן דעם מאָגן.

2. רײַז־טיי

אויב איר לײַדט פֿון אַ לויזן מאָגן, מאַכט אַ „טיי‟ פֿון רײַז. זידט אויף 1/2 טעפּל רײַז אין 6 טעפּלעך וואַסער און קאָכט עס בערך 15 מינוט. ניצנדיק אַ דורכשלאַק, לאָזט דאָס וואַסער אָפּרינען אין אַ קופֿל, און באַטעמט דאָס רײַז־וואַסער מיט אַ ביסל האָניק אָדער צוקער. טרינקט עס וואַרעמערהייט.

3. „צוגעברענט‟ ברויט העלפֿט נאָך מער ווי „צוגעברוינט‟ ברויט

יעדער ווייסט, אַז צוגעברוינט ברויט (טאָסט) איז גוט צום מאָגן, אָבער געוויסע עקספּערטן זאָגן, אַז פֿאַרברענטס איז נאָך בעסער, ווײַל עס זאַפּט אײַן די סמיקע עלעמענטן, וואָס מאַכן אײַך קראַנק. באַשמירט עס מיט אַ ביסל אײַנגעמאַכטס, וועט עס זײַן מער אַפּעטיטלעך.

4. עפּל־קוואַס־עסיק העלפֿט קעגן פֿאַרדייונג־פּראָבלעמען

באַקאַנט ווי אַן אַלטע רפֿואה קעגן שלוקערצן און אַ האַלדז־ווייטיק, איז עפּל־קוואַס־עסיק אויך אַ גוטער מיטל צו „באַרויִקן‟ אַ צעהײַטערטן מאָגן. מישט אַרײַן 1 לעפֿל עפּל־קוואַס־עסיק און 1 לעפֿל האָניק אין 1 טעפּל וואַרעם וואַסער, און טרינקט עס אויס, וועט איר באַלד זען, ווי דער גאַז וועט איבערגיין.

5. אַ מיטל קעגן אַ האַרטן מאָגן

אויב איר לײַדט פֿון אַ האַרטן מאָגן, איז גוט צו עסן שפּײַזן, וואָס האָבן אַ הויכן פּראָצענט פֿיברע: קאַרשן, ראָזשינקעס, אַפּריקאָסן און געטריקנטע פֿלוימען. טרינקט אויך אַ סך וואַסער.

6. נאָטירלעכער יאָגורט איז זייער עפֿעקטיוו

געוויינטלעך, הייסן די דאָקטוירים נישט עסן מילכיקע שפּײַזן, אַז מע לײַדט פֿונעם מאָגן, אָבער יאָגורט איז אַן אויסנאַם, ווײַל די לעבעדיקע באַקטעריע, וואָס געפֿינט זיך אין יאָגורט באַרויִקט די פֿאַרדיי־פּראָבלעמען און פֿאַרשטאַרקט אַפֿילו אײַער אימון־סיסטעם. זײַט אָבער זיכער, אַז דער יאָגורט איז אַ נאַטירלעכער, אָן פֿעטס און אָן צוגעגעבענעם צוקער אָדער טעמען.

7. קימל־קערעלעך שטעלן אָפּ דעם וווּקס פֿון שלעכטער באַקטעריע

קימל־קערעלעך

גיי ווייס, אַז קימל־קערעלעך זענען געפּאַקט מיט וויטאַמינען און מינעראַלן, וואָס אַ דאַנק זיי, שטעלט זיך אָפּ דער וווּקס פֿון שלעכטער באַקטעריע, וואָס איז גורם גאַז און אַן אָנגעבלאָזענעם בויך. אויב ס’ווערט אײַך נישט גוט אין מאָגן גלײַך נאָכן עסן אַ מאָלצײַט, עסט אַ זשמעניע קימל־קערעלעך.

8. פֿענכל (fennel)־טיי איז אויך אַ רפֿואה

אויב איר זיפּט אַ פֿענכל־טיי אָדער קײַט עטלעכע פֿענכל־קערלעך, וועט עס פֿאַרשטאַרקן אײַער פֿאַרדיי־סיסטעם, רעדוצירן גאַז און אַוועקנעמען דעם מיגל פֿון אַ מאָגן־שטערונג.

9. פֿאַרגעסט נישט אַ הייצמיטל!

מסתּמא איז דאָס די עלטסטע רפֿואה קעגן מאָגן־קראַנקייטן: לייגט אַ וואַרעם־פֿלאַש אָדער אַן עלעקטרישן הייצקישן אויפֿן בויך. די היץ פֿאַרשטאַרקט דעם בלוטשטראָם צום הויט און שוואַכט דערבײַ אָפּ דעם בויכווייטיק.

(פֿון „רידערס דײַדזשעסט‟)


המן־טאַשן און משקות אויף פּורים

Hamentashen and Drinks For Purim

זעט ווי מיר מאַכן דאָס טראַדיציאָנעלע פּורים־געבעקס, באַטעמט מיט מאַראַנצן — ווי אויך עטלעכע געשמאַקע געטראַנקען פֿאַר אײַער פּורים־סעודה.


אויב איר טרינקט נישט קיין קאַווע

If You Don't Drink Coffee

דאַניעל וויקטאָר, אַ זשורנאַליסט בײַ דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, און בטבֿע נישט קיין קאַווע־טרינקער, האָט לעצטנס געשטעלט אַ טשיקאַווע שאלה: הערנדיק ווי געזונט עס איז צו טרינקען כאָטש איין טעפּל קאַווע אַ טאָג, וויל ער וויסן, צי ער זאָל אַליין אָנהייבן עס טרינקען, אַפֿילו אויב ער האָט עס נישט ליב?

בערך 64% אַמעריקאַנער טרינקען, צום ווייניקסטן, איין טעפּל קאַווע אַ טאָג.

ד״ר דאָנאַלד הענסראָד, דירעקטאָר פֿון דער „פּראָגראַם פֿאַר אַ געזונטן לעבן‟ אינעם „מייאָ קליניק‟, האָט אים געענטפֿערט, אַז עס זענען נישטאָ קיין בפֿירושע תּקנות וואָס שייך דעם טרינקען קאַווע. „דאָס איז אַ באַשלוס, וואָס יעדער דאַרף אַליין מאַכן.‟

Read more


פֿיזישע געניטונגען פֿאַרן מוח

Physical Exercises for the Brain

לויט אַן אינטערעסאַנטער שטודיע פֿון פֿינלאַנד, פּובליקירט די וואָך, זענען געוויסע סאָרטן פֿיזישע געניטונגען אַ סך מער עפֿעקטיוו בײַם פֿאַרשטאַרקן די מוח־פֿונקציעס ווי אַנדערע.

די פֿאָרשער האָבן פֿאַרגליכן די נעווראָלאָגישע ווירקונג פֿון דרײַ מינים געניטונגען: 1) לויפֿן, 2) הייבן געוויכטן און 3) אַ געמיש פֿון לויפֿן זייער גיך און מעסיק־גיך (interval training, בלע״ז). דער איבערראַשנדיקער אויספֿיר איז, אַז די אויסמאַטערנדיקע געניטונגען זענען נישט דווקא דער בעסטער מיטל פֿאַר אַ געזונטן מוח.

Read more


וואָס טראַכט אײַער קינדהיטער וועגן אײַך?

What Your Babysitter Thinks About You

אַ קינדהיטערין גיט די עלטערן 13 עצות, ווי אַזוי צו מאַכן איר אַרבעט גרינגער, און דערבײַ צו העלפֿן איר טאָן אַ בעסערע אַרבעט:

  1. איידער איך הייב אָן אַרבעטן פֿאַר אײַך, פֿאַרבעט מיך צו קומען צו אײַך אַהיים בלויז אויף 5 מינוט, בשעת איר זענט אין שטוב. אויב איר קענט עס נישט טאָן, ווײַזט כאָטש אײַערע קינדער אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון מיר (איך קען אײַך צושיקן איינע.) דאָס וועט זיי מאַכן אַ ביסל באַקוועמער מיט מיר, איידער איר גיט זיי איבער אין מײַנע הענט.

  2. פֿרייט זיך, ווען איך קום אָן. עס קלינגט ווי אַ קלייניקייט, אָבער ווען איר עפֿנט די טיר, איז וויכטיק, אַז די קינדער זאָלן זען, אַז איר האַלט פֿון מיר. איר קענט מיך אַפֿילו אַרומנעמען. אַזוי וועלן די קינדער דערפֿילן, אַז איך בין „כּשר‟!

  3. אויב אײַערע קינדער צעוויינען זיך ווען איר גייט אַרויס, מאַכט זיך נישט וויסנדיק, און גייט אַרויס וואָס גיכער, ווײַל אויב איר קומט צוריק, כּדי זיי צו באַרויִקן, וועט דאָס געוויין דויערן נאָך לענגער. איך זאָג אײַך צו: נאָך דעם וואָס איר פֿאָרט אַוועק, וועלן אײַערע קינדער אויפֿהערן צו וויינען. געוויינטלעך, באַרויִקן זיי זיך אין ווייניקער ווי 10 מינוט. (אויב איר זאָרגט זיך, בעט מיך, אַז איך זאָל אײַך שיקן אַ טעקסטל באַלד ווי די קינדער הערן אויף צו וויינען.)

  4. ס׳איז שווער צו געדענקען אַלע פּרטים, וואָס איר גיט מיר במשך פֿון די 10 מינוט איידער איר פֿאַרלאָזט די שטוב. דערפֿאַר האָבן מיר, די קינדהיטער, ליב, ווען איר פֿאַרשרײַבט אַלץ אויף אַ בויגן פּאַפּיר: אַלע נייטיקע טעלעפֿאָן־נומערן; דער רוטין בײַם לייגן די קינדער שלאָפֿן; אַלע תּקנות פֿון דער שטוב (מעגן די קינדער עסן אין סאַלאָן? מעגן זיי זיך שפּילן אויפֿן קאָמפּיוטער?), און אויך די פּראַקטישע זאַכן: וווּ קען איך געפֿינען איבעריקע אַשר־יצר פּאַפּיר? וואָס איז דער „ווײַ־פֿײַ‟ פּאַראָל?

  5. לאָזט מיך וויסן, צי איר וועט זיך פֿאַרשפּעטיקן: עס אַרט מיך נישט, אויב איר קומט אַהיים שפּעט בײַ נאַכט; דאָס מיינט דאָך אַ גרעסער געהאַלט פֿאַר מיר! אָבער אויב איר ווייסט, אַז איר וועט פֿאַרשפּעטיקן, קלינגט מיר אָן. איין מאָל זענען די עלטערן נישט אַהיימגעקומען ביז פֿאַרטאָג, און איך האָב יענעם אינדערפֿרי נאָך געדאַרפֿט גיין אַרבעטן!

  6. לאָזט מיך איבער עפּעס צו עסן, אַחוץ טשיפּקעלעך און עפּל־קאָמפּאָט. אויב איך מעג אַליין נעמען עסן פֿון קיך, לאָזט מיך דאָס אויך וויסן.

  7. טרינקגעלט שאַט נישט. יאָ, אײַערע קינדער זענען טאַקע זייער חנעוודיק, אָבער לאָמיר זיך נישט נאַרן; פֿאַר מיר איז דאָס פּרנסה. אויב איר באַצאָלט מיר גוט, אָדער איר גיט מיר ברייטהאַרציק טרינקגעלט, וועל איך זיך פֿילן אַ סך מער געטרײַ אײַער משפּחה און וועל זײַן מער גענייגט צוריקצוקומען.

  8. איך בעט אײַך נישט דערציילן מיר אײַערע אינטימע זאַכן, ווײַל ס׳איז מיר פּריקרע דאָס צו הערן. מאַמעס באַקלאָגן זיך כּסדר וועגן דעם, וואָס זייערע מענער העלפֿן קיין מאָל נישט מיט דער הויז־ווירטשאַפֿט, אָדער אַז זיי גיבן אויס צו פֿיל געלט — אָדער נאָך ערגערע זאַכן.

  9. אײַערע קינדער קענען נישט האַלטן קיין סודות. זיי וועלן מיר דערציילן, צי דער טאַטע האָט פֿאַרלוירן די אַרבעט, אָדער וועגן דער צײַט, ווען די מאַמע איז געלעגן וואָכן לאַנג אין אַ שפּיטאָל פֿאַר גײַסטיק קראַנקע…

  10. עס שאָקירט מיך, ווען איך זע ווי עלטערן, וואָס האָבן נישט קיין מזומן בײַ זיך, לקחענען דאָס געלט פֿון זייערע קינדערס טײַסטערס אָדער „שפּאָר־באַנק‟.

  11. ס׳איז זייער מעגלעך, אַז איך ווייס וועגן די צרות אין אײַער זיווג־לעבן. אײַערע קינדער דערציילן מיר וועגן אײַערע קריגערײַען, און אַמאָל הער איך אַפֿילו ווי איר קריגט זיך, איידער איך קלאַפּ אָן אין דער טיר.

  12. האַלט נישט אײַערע „פּריוואַטע‟ DVDs אינעם DVD־שפּילער, ווײַל איך — און זיכער די קינדער — וועלן עס געפֿינען.

  13. לאָזט נישט ליגן אויפֿן טאָמבאַנק יענע זאַכן, וואָס איר ווילט נישט, אַז איך זאָל לייענען: אַ חשבון, אַן אײַנקויף־רשימה אָדער אַ באַנק־באַשטעטיקונג. איין מאָל, היטנדיק די קינדער פֿון אַ געוויסער משפּחה, האָב איך געזען דער משפּחהס שטײַער־דערקלערונג, און נאָך דעם האָב איך זיך שוין מער נישט געפֿילט שולדיק צו מאָנען בײַ זיי אַ העכערונג אין די שׂכירות!


קאָנען זיסע פֿרוכטן העכערן דעם בלוטצוקער?

Can Sweet Fruit Cause Surge in Blood Sugar?

מענטשן, וואָס האָבן באַקומען אַ דיאַגנאָז פֿון צוקער־קרענק, אָדער פֿון „פּרע־דיאַבעט‟ (אַ נײַע קאַטעגאָריע, וואָס מיינט, אַז דער פּאַציענט געפֿינט זיך אויף דער גרענעץ פֿון קריגן צוקערקרענק) שטעלן אָפֿט די פֿראַגע, צי זאָלן זיי אויסמײַדן זיסע פֿרוכטן ווי באַנאַנעס, פֿײַגן און טייטלעך, אויס זאָרג, אַז דער צוקער אינעם פֿרוכט קאָן גורם זײַן אַן אויפֿשטײַג פֿון אינסולין אינעם בלוט, פּונקט אַזוי ווי געוויינטלעכער צוקער.

איז דער ענטפֿער אַזאַ: אויב עס רעדט זיך פֿון אַ רויען פֿרוכט, איז נישט קיין פּראָבלעם. אין פֿאַרגלײַך מיט האָניק, ראָר־צוקער, פּאַפּשוי־סירופּ און אַנדערע מינים צוקער, וואָס ווערן צוגעגעבן צו די קאָמערציעל־פּראָדוצירטע שפּײַזן, האָט דער נאַטירלעכער פֿרוכטצוקער אַ הויכן פּראָצענט פֿיברע, וואָס העלפֿט דעם גוף אַבסאָרבירן דעם צוקער אויף אַ פּאַמעלעכן אופֿן.

ראַפֿינירטע תּבֿואה־פּראָדוקטן ווי ווײַס ברויט, פּלעצעלעך (crackers) און קיכעלעך האָבן, געוויינטלעך,ש ווייניק פֿיברע און באַשטייען פֿון אַ הויכן פּראָצענט קאַרבאָהידראַטן. דערפֿאַר ווערן זיי פֿאַרדייט זייער גיך — און דאָס העכערט טאַקע דעם בלוטצוקער און ניוואָ פֿון אינסולין. ווען מע טרינקט געטראַנקען מיט אַ סך קאַרבאָהידראַטן ווי, למשל, זיסע סאָדע, פֿליסט דער צוקער נאָך גיכער אינעם בלוט.

כּדי צו פֿאַרקלענערן די מעגלעכקייט פֿון אַן אויפֿשטײַג פֿון אינסולין, איז דאָס בעסטע צו עסן פֿרישע גאַנצע פֿרוכטן — און נישט פֿרוכט פֿון אַ פּושקע. אַפֿילו ווען מע עסט פֿיר עפּל, האָט עס דעם זעלבן סכום צוקער ווי 3 טעפּלעך סאָדע, אָבער צוליב דעם, וואָס די פֿרישע עפּל ווערן אַבסאָרבירט זייער פּאַמעלעך, איז עס נישט גורם קיין אויפֿשטײַד פֿון בלוטצוקער.


אַ לויבגעזאַנג צו דער לימענע

In Praise of the Lemon

די לימענע איז אַ נאַטירלעכער מיטל פּטור צו ווערן פֿון ריחות און פֿלעקן; אָט זענען 13 אופֿנים ווי זי קען אײַך צו ניץ קומען:

  1. דערפֿרישט דעם אײַזקאַסטן: אויב אַ געוויסע שפּײַז אין פֿרידזשידער האָט אַ שלעכטן ריח, וואַרפֿט זי אַרויס. דערנאָך טונקט אײַן אַ שוואָם אָדער וואַטע אין לימענע־זאַפֿט און לאָזט עס אין פֿרידזשידער אויף עטלעכע שעה, וועט דער שלעכטער ריח פֿאַרשווינדן.

  2. פֿאַרטרײַבט די ריחות פֿון אײַער שנײַדברעט: נאָכן צעשנײַדן ציבעלע, קנאָבל, רוי פֿלייש אָדער פֿיש אויף דער ברעט, וועלן זיך, אַוודאי, אָנזאַמלען נישט־אײַנגענעמע ריחות. צעשנײַדט אַ לימענע אויף דער העלפֿט, און רײַבט ביידע העלפֿטן איבער דער גאַנצער ברעט.

  3. איר דאַרפֿט נישט קיין סם־שפּריצן צו פֿאַרטרײַבן די מוראַשקעס אין קיך. באַשפּריצט די שוועל און די פֿענצטערברעטן מיט לימענע־זאַפֿט, און קוועטשט אַרײַן לימענע־זאַפֿט אין אַלע לעכער און שפּאַלטן, פֿון וואַנען זיי קומען אַרײַן. צעשיט אויך קליינע רעפֿטלעך לימענע־שאָלעכץ אין דרויסן, בײַם אַרײַנגאַנג.

  4. לימענעס קאָנען אויך פֿאַרטרײַבן די זשוקעס: מישט צונויף דעם זאַפֿט פֿון 4 לימענעס, און די שאָלעכצער, מיט 1/2 גאַלאָן (2 ליטער) וואַסער און וואַשט די פּאָדלאָגע מיט דעם, וועלן די שרצים אַנטלויפֿן. זיי האָבן פֿײַנט דעם ריח.

  5. טאָמער האָט אײַער מיקראָכוואַלניק געליטן פֿון אַ שטיקל „שׂריפֿהלע‟, קענט איר פּטור ווערן פֿונעם רויך־גערוך אַזוי: שיילט אָפּ די לימענע פֿון 1 אָדער 2 לימענעס, און מאַכט עטלעכע שניטן אין יעדן שטיקל שאָלעכץ. לייגט די שאָלעכצער אַרײַן אין 1 טעפּל וואַסער. שטעלט עס אַרײַן אין מיקראָכוואַלניק און דרייט אים אָן אויף 5 מינוט. נאָך די 5 מינוט, ווישט אָפּ אַלע ווענטלעך און דאָס טירל פֿון מיקראָכוואַלניק מיט אַ שמאַטע און וואַרפֿט אַוועק דאָס שאָלעכץ מיט וואַסער. טוט עס אַ 4־5 מאָל, וועט איר זען ווי דער ריח פֿון „פֿאַרברענטס‟ ווערט אַלץ שוואַכער.

  6. אויב עס פֿילט זיך פֿון אײַער מויל, מאַכט אַ גרינג שווענקעכץ פֿון ריינעם לימענע־זאַפֿט. אויב איר שלינגט עס אַראָפּ, וועט דער פֿרישער ריח פֿאַרבלײַבן נאָך לענגער. דער ציטרישער זײַערס אינעם זאַפֿט ענדערט ממש דעם וואַסערשטאָף־ניוואָ בײַ אײַך אין מויל, און הרגעט דערבײַ אויס די באַקטעריע, וואָס איז גורם דעם שלעכטן ריח. געדענקט אָבער נאָך אַ פּאָר מינוט אויסצושווענקען דאָס מויל מיט וואַסער, ווײַל אויב דאָס זײַערס פֿון דער לימענע בלײַבט שטעקן אין די צײן, קאָן עס מיט דער צײַט זיי קאַליע מאַכן.

  7. אין די טריקענע ווינטער־טעג, קענט איר דערפֿרישן די לופֿט אין שטוב דורכן אָנזידן אַ קליינעם טאָפּ וואַסער, באַווירצט מיט לימענע־ (און מאַראַנצן־) שאָלעכץ, צימערינג־שטענגלעך און עפּל־שאָלעכץ. ווי נאָר דאָס וואַסער הייבט אָן זידן, פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און לאָזט עס מליִען עטלעכע שעה לאַנג.

  8. באַזײַטיקט די פּאַכווע־פֿלעקן אין אײַערע העמדער און בלוזקעס: מישט צונויף 2 לעפֿל לימענע־זאַפֿט מיט 2 לעפֿל וואַסער, און רײַבט דאָס געמיש אַרײַן אין די פֿלעקן; די פֿלעקן וועלן אַוועק, און דער בגד וועט באַקומען אַ מער אײַנגענעמען ריח.

  9. ווערט פּטור פֿון די שופּן אין קאָפּ דורכן מאַסאַזשירן דעם סקאַלפּ מיט 2 לעפֿל לימענע־זאַפֿט; דערנאָך שווענקט עס אויס מיט וואַסער. מישט אַרײַן 1 לעפֿעלע לימענע־זאַפֿט אים 1 טעפּל וואַסער און שווענקט די האָר מיט דעם. טוט עס יעדן טאָג ביז די שופּן פֿאַרשווינדן.

  10. ס׳איז געוויינטלעך זייער שווער צו באַזײַטיקן יאַגדע־פֿלעקן פֿון די הענט מיט זייף און וואַסער. בעסער איז אויסצוּוואַשן די הענט מיט לימענע־זאַפֿט. וואַרט עטלעכע מינוט, און וואַשט די הענט מיט וואַרעם, זייפֿיק וואַסער. חזרט עס איבער עטלעכע מאָל ביז די פֿלעקן פֿאַרשווינדן אין גאַנצן.

  11. פֿאַרהיט, אַז אײַערע קאַרטאָפֿל און קאַליפֿיאָר זאָלן נישט ברוין ווערן, דורך אַרײַנקוועטשן דעם זאַפֿט פֿון אַ פֿרישער לימענע אינעם קאָכעדיקן וואַסער.

  12. ווען איר מאַכט אַ טינקעכץ מיט אַוואָקאַדאָ ווי, למשל, גוואַקאַמאָלע, און ווילט נישט, עס זאָל ברוין ווערן, באַשפּריצט עס מיט אַ סך פֿרישן לימענע־זאַפֿט, וועט דער אַוואָקאַדאָ בלײַבן גרין שעהען לאַנג. דאָס זעלבע קענט איר טאָן מיט פֿרוכטסאַלאַט. אויב איר ווילט נישט אַז די צעשניטענע עפּעלעך זאָלן ברוין ווערן, באַשפּריצט זיי מיט לימענע־זאַפֿט.

  13. פֿאַרהיט רײַז פֿון ווערן קלעפּיק: בײַם מאַכן רײַז, גיט צו אַ לעפֿל לימענע־זאַפֿט ווי נאָר דאָס וואַסער הייבט אָן צו זידן. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און דעקט צו דעם טאָפּ. ווען דער רײַז איז גרייט, לאָזט עס זיך אָפּקילן עטלעכע מינוט, איידער איר מישט עס אויס מיט אַ גאָפּל.


מאכלים אָן אַן עלטער: אונגערישער מאָן־קוכן

Timeless Delicacies: Hungarian Poppy Seed Cake

פֿון שׂרה־רחל שעכטער, איוו יאַכנאָוויץ

דוד בראַונס זיידע פֿלעגט באַקן אַ געשמאַקן מאָן־רולאַד; שׂרה־רחל און איוו ווײַזן אײַך ווי מע גרייט עס צו.

Featuring Andy Statman’s composition, My Hollywood Girls, from the CD, Old Brooklyn. Can be purchased at: tinyurl.com/hpajl9g


דעפּרעסיע העכערט סכּנה פֿון אַ זיבעלע

Depression Increases Risk of Premature Baby

לויט אַ נײַער שטודיע פֿון שוועדן, איז די סכּנה פֿון אַ זיבעלע העכער, אויב די מאַמע אָדער דער טאַטע לײַדט פֿון דעפּרעסיע. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס וויסנשאַפֿטלער האָבן געפֿונען אַ פֿאַרבינדונג צווישן אַ טאַטנס דעפּרעסיע און דעם געבורט פֿון אַ זיבעלע.

די פֿאָרשער האָבן אַנאַליזירט די אינפֿאָרמאַציע פֿון 366,499 געבורטן אין שוועדן, אַרײַנגערעכנט כּמעט 17,000 צו־פֿרייִקע געבורטן. זיי האָבן אויך געהאַלטן אַ חשבון, צי איינער פֿון די עלטערן האָט במשך פֿון די צוויי יאָר פֿאַרן געבורט געהאַט באַקומען אַ דיאַגנאָז פֿון דעפּרעסיע אָדער אײַנגענומען אַנטי־דעפּרעסיע מיטלען.

בײַ די מאַמעס, וואָס האָבן „לעצטנס‟ געהאַט געקראָגן אַ דיאַגנאָז פֿון דעפּרעסיע, איז די ריזיקע פֿון האָבן אַ קינד צו פֿרי געוואַקסן אויף 34%. בײַ יענע, וואָס האָבן שוין לאַנגע יאָרן געליטן פֿון דעפּרעסיע, איז די ריזיקע געוואַקסן אויף 42%.

בײַ די טאַטעס איז אָבער געווען אַנדערש. בײַ די טאַטעס, וואָס האָבן שוין לאַנג געליטן פֿון דעפּרעסיע, איז דווקא נישט געוואַקסן די ריזיקע פֿון אַ זיבעלע, אָבער בײַ די, וועלכע האָבן ערשט לעצטנס באַקומען דעם דיאַגנאָז, איז די ריזיקע פֿון אַ זיבעלע יאָ געוואַקסן אויף 38%.

די סיבות פֿאַר וואָס דעפּרעסיע איז פֿאַרבונדן מיט אַ צו־פֿרי־געבוירן קינד איז אָבער נישט קלאָר. בײַ אַ פֿרוי קאָן עס זײַן פֿאַרבונדן מיט די אַנטי־דעפּרעסיע מעדיקאַמענטן, וואָס זי נעמט אײַן, איידער צוליב דער דעפּרעסיע אַליין.

וואָס שייך דעם מאַן, איז עס מסתּמא גיכער אַ רעזולטאַט פֿונעם סטרעס, וואָס ער רופֿט אַרויס בײַ דער פֿרוי, וועלכע טראָגט דאָס קינד.

די פֿאָרשונג האָבן דורכגעפֿירט דער „קאַראָלינסקאַ אינסטיטוט‟ און דער שטאָקהאָלמער אוניווערסיטעט, און איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם זשרונאַל BJOG — אַן אינטערנאַציאָנאַלער זשורנאַל פֿון געבורטהילף און גינעקאָלאָגיע.


אַ דיעטע פֿאַר יעדן איינעם באַזונדער

A Personalized Diet Suited Better to You

GettyImages

מיט צוויי וואָכן צוריק האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג שוין ווידער געענדערט די דיעטע־תּקנות. דאָס מאָל האָט זי אונדז גערופֿן צו עסן ווייניקער צוקער און ווייניקער פּראָטעיִן.

אָבער ווי עס גיט איבער די „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָבן עטלעכע שטודיעס לעצטנס אָנגעוויזן, אַז ס׳איז געקומען די צײַט אײַנצופֿירן אַ נײַעם צוגאַנג צום ענין, דיעטע. אַנשטאָט אַרויסצולאָזן אַ ריי תּקנות, וואָס די גאַנצע באַפֿעלקערונג דאַרף פֿאָלגן, זאָל מען צונויפֿשטעלן דיעטעס פֿאַר יעדן איינעם באַזונדער, אויפֿן סמך פֿון זײַנע אייגענע ביאָלאָגישע נטיעות און שוואַכקייטן.

די דאָזיקע שטודיעס ווײַזן, אַז יעדער מענטש אַבסאָרבירט און מעטאַבאָליזירט דאָס נערוואַרג אויף זײַן אייגענעם אופֿן, אויפֿן סמך פֿון זײַנע גענען, דער באַקטעריע אין מאָגן, זײַן פֿיזישן געבוי און די כעמישע שטאָפֿן, צו וועלכע ער ווערט אויסגעשטעלט.

Read more


לערנט אײַערע קינדער הנאה צו האָבן פֿונעם לייענען

Teach Your Kids to Love to Read

אָט זענען עטלעכע גרינגע זאַכן, וואָס איר קענט שוין הײַנט טאָן, איידער איר לייגט זיי שלאָפֿן:

  1. געפֿינט ביכלעך מיט פֿאַרביקע אילוסטראַציעס און אַ לענגערן טעקסט. אַזוינע ביכער רופֿן אַרויס מער פֿראַגעס בײַ די צוהערער, איידער ביכלעך מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס און קורצע אונטערשריפֿטן.

  2. פֿרעגט זיי פֿראַגעס וועגן די בילדער. קינדער צווישן 16 און 24 חדשים לערנען זיך יעדן טאָג נײַע ווערטער. איר קענט אויך העלפֿן צו פֿאַרגרעסערן זייער ווערטער־אוצר. ווען איר זעט אַ בילד פֿון אַ הינטל, פֿרעגט: „זעסטו דאָס הינטל? וואָסער קאָליר איז עס? וואָס טוט עס איצט?‟

  3. טוליעט זיך צו צו די קינדער בשעת איר לייענט זיי פֿאָר אַ מעשׂה. אַזוי וועלן זיי תּמיד פֿאַרבינדן דאָס לייענען מיט וואַרעמע געפֿילן. ס׳קאָן זיי אויך גיבן מער צוטרוי צו זיך אַליין — אַ וויכטיקע זאַך, בפֿרט פֿאַר שעמעוודיקע קינדער.

  4. רעדט וועגן דעם ביכל אַליין. רופֿט די קינדער אָן דעם נאָמען פֿונעם מחבר; דערקלערט אים וואָס אַ שרײַבער טוט; ווײַזט זיי ווי אַזוי מע האַלט אַ ביכל, ווי אַזוי מע לייענט פֿון רעכטס אויף לינקס (אויב ס׳איז אויף ייִדיש) און פֿון לינקס אויף רעכטס (אויב ס׳איז אויף ענגליש), און ווי אַזוי מע מישט די זײַטלעך.

  5. פֿאַרבינדט די געשעענישן אינעם בוך מיטן אמתן לעבן. אויב דאָס בוך דערציילט ווי שׂרהלע גייט אין שפּײַזקראָם, דערמאָנט די קינדער, ווי איר זענט אַ מאָל געגאַנגען צוזאַמען אין שפּײַזקראָם. אויב די קינדער זענען עלטער פֿון 2 יאָר, פֿרעגט זיי וואָסערע שפּײַזן אָדער אינטערעסאַנטע מאָמענטן האָבן זיי פֿאַרגעדענקט.

  6. ניצט דאָס ביכל אַרויסצורופֿן אַ שמועס: ס׳איז נישט נייטיק צו ענדיקן דאָס גאַנצע ביכל. אויב אײַערע קינדער הייבן אָן שטעלן פֿאַרשידענע שאלות, פֿירט אַ שמועס מיט זיי וועגן דעם, ווײַל אַזוי וועלן זיי זיך אויסלערנען אַ סך וועגן דער וועלט.

  7. שעמט זיך נישט נאָכצומאַכן די קולות פֿון די העלדן אין ביכל, אָדער די קלאַנגען פֿון די חיות. אַזאַ טעאַטער־שפּיל וועט העלפֿן די קינדער פֿאַרשטיין ווער עס רעדט, און וועט אויך אַרויסרופֿן אַ שמייכל בײַ זיי.

  8. לאָזט די קינדער פֿאָרויסזאָגן וואָס ס׳וועט באַלד געשען. „וואָס מיינסטו וועט דאָס מײַזעלע טאָן נאָכן מאַכן אַזאַ איבערקערעניש?‟ „וווּהין וועלן די פֿאַרבלאנדזשעטע קינדער איצט גיין?‟ ווען איר בעט אײַערע קינדער פֿאָרויסצוזאָגן וואָס ס׳וועט פֿאָרקומען ווײַטער, העלפֿט איר זיי בעסער פֿאַרשטיין דעם סיפּור־המעשׂה; עס לערנט זיי ווי צו טראַכטן אויף אַ שאַפֿערישן אופֿן, און קאָן זיי אַפֿילו לערנען ווי צו לייזן טאָג־טעגלעכע פּראָבלעמען.

  9. צווינגט נישט די קינדער אײַנצוזיצן. דאָס לייענען צוזאַמען מיט טאַטע־מאַמע דאַרף זײַן אַ פּאָזיטיווע איבערלעבונג, און נישט אויסזען ווי אַ שטראָף. אויב אַ קינד פֿאַרלירט דעם אינטערעס אינעם ביכל, וועט עס אפֿשר אַ ביסל אַרומלויפֿן איבערן צימער, אָבער דערנאָך וועט מסתּמא צוריקקומען. אויב עס קומט נישט צוריק, לייענט ווײַטער דאָס ביכל אויף אַ קול און מאַכט קאָמענטאַרן. מיט דער צײַט וועט דאָס קינד, צוליב נײַגעריקייט, זיך אומקערן.


ווי צו מאַכן קאָנטאַקטן אין אַ צימער מיט פֿרעמדע

Making Contacts in a Room Full of Strangers

געוויסע מענטשן קומען אַרײַן אין אַ צימער, וווּ זיי קענען קיינעם נישט, און גייען פֿון איין לעבעדיקן שמועס צו אַ צווייטן, שאַפֿנדיק דערבײַ נײַע געשעפֿט־קאָנטאַקטן און פֿרײַנד. ווי אַזוי טוען זיי דאָס?

אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל אינעם „וואָל־סטריט דזשורנאַל‟ לעצטנס דערקלערט, אַז אַזוינע מענטשן ווייסן פּשוט ווי אויסצוטײַטשן די גופֿשפּראַך פֿון די מענטשן אין זאַל. דערבײַ גיט די מחברטע, סו שעלענבאַרגער, אַ פּאָר אומגעריכטע אײַנזעענישן. למשל: אַ לעבעדיקער מאַנסביל, וואָס באַגריסט פֿרעמדע מיט אַ ברייטן שמייכל, אַ הויכן קול, דריקט זייער האַנט מיט דרייסטקייט, און האָט אַ טוץ וויזיט־קאַרטלעך אין קעשענע, איז אפֿשר אַ פֿרײַנדלעכער טיפּ, אָבער מסתּמא מאַכט ער נישט קיין דויערנדיקע פֿאַרבינדונגען מיט מענטשן.

Read more


דריקן מיר צו פֿיל אויף אונדזערע קינדער?

Do We Put Too Much Pressure on Our Children?

בעת די שווערע עקאָנאָמישע צײַטן, איז פֿאַרשטענדלעך, אַז די עלטערן פֿון מיטלשול־תּלמידים און קאָלעדזש־סטודענטן זאָלן פּרוּוון פֿאַרזיכערן אַ גוטע בילדונג, אַ לײַטישע קאַריערע און במילא אַ גוטע פּרנסה פֿאַר זייערע קינדער.

אָבער לויט אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿון וויקי אייבעלעס, פֿילן הײַנט אַ סך יונגע לײַט אַזאַ דרוק מצליח צו זײַן, אַז אָפֿט מאָל דערפֿירט עס צו דעפּרעסיע און שווערע אַנגסטן. שטעלט זיך די פֿראַגע: איז עס כּדאי?

ד״ר סטואַרט סלייווין, אַ קינדער־דאָקטער און פּראָפֿעסאָר אין דער מעדיצינישער שול פֿון „סיינט לויִס אוניווערסיטעט‟, האַלט, אַז ניין. מיט זעקס יאָר צוריק האָט ער אַנטדעקט זייער אַ הויכן פּראָצענט אַנגסטן און דעפּרעסיע בײַ זײַנע מעדיצינישע סטודענטן. האָט ער, אין איינעם מיט זײַנע קאָלעגן, אײַנגעפֿירט עטלעכע ענדערונגען אין דער לערן־פּראָגראַם: מע האָט אָפּגעשאַפֿן צייכנס פֿאַר די אַרײַנפֿיר־קלאַסן, און אַנשטאָט דעם — לאָזט מען די סטודענטן בלויז וויסן, צי זיי האָבן אויסגעהאַלטן דעם קלאַס, צי נישט; מע האָט יעדע צווייטע וואָך געגעבן די סטודענטן אַ האַלבן טאָג פֿרײַ, און מע האָט אויך אײַנגעפֿירט לערן־חבֿרותאס, כּדי צו דערנענטערן די סטודענטן איינער צום צווייטן. הײַנט איז דער פּראָצענט סטודענטן מיט דעפּרעסיע און אַנגסטן אַ סך נידעריקער.

Read more


ס׳איז געזינטער אויסצוטאָן די שיך

It's Healthier to Take Your Shoes Off

זענט איר אַ מאָל געקומען צו עמעצן אין שטוב, און מע האָט אײַך געבעטן אויסטאָן די שיך? בײַ אַ סך משפּחות פֿון כינע, יאַפּאַן, אינדיע און אַנדערע לענדער, לאָזן אַלע איבער די שיך בײַ דער טיר ווי נאָר מע טרעט אַריבער די שוועל.

ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז טאַקע געזינטער אַזוי. אין אַ שטודיע פֿונעם היוסטאָנער אוניווערסיטעט, האָט אַ גרופּע פֿאָרשער איבערגעקוקט די שיך אין 30 הײַזער אין דער שטאָט היוסטאָן און געפֿונען C. Diff אויף נישט ווייניקער ווי 40% פֿון די זײַלן פֿון די שיך — נאָך מער ווי אין די טואַלעטן (33%).

Read more


8 שטילע סימנים, אַז דו לײַדסט אפֿשר פֿון צוקערקרענק

8 Silent Signs You Might Have Diabetes

די סימפּטאָמען פֿונעם „טיפּ 2‟ דיאַבעט זענען נישט תּמיד לײַכט צו דערקענען ווײַל געוויינטלעך באַווײַזן זיי זיך צו ביסלעך. בלויז 25% פֿון די מענטשן, וואָס לײַדן פֿון צוקערקרענק ווייסן אַפֿילו, אַז זיי האָבן דאָס, האָט אַ שטודיע לעצטנס איבערגעגעבן. די פּראָבלעם איז, אויב מע באַהאַנדלט נישט דיאַבעט בײַם אָנהייב אָדער בײַ דער מיטנדיקער סטאַדיע פֿון דער קראַנקייט, וואַקסט די סכּנה פֿון האַרץ־פֿעלערן, נירן־קראַנקייט, בלינדקייט און אַמפּוטירונג.

דערפֿאַר, אויב איר דערקענט עטלעכע פֿון די ווײַטערדיקע סימפּטאָמען, פֿרעגט בײַם דאָקטער, צי מע זאָל בײַ אײַך בודק זײַן דעם צוקער:

Read more


אַ לעקציע אין לאָגיק

A Lesson in Logic

Courtesy: Carl Schleicher, “A Jewish Scene” (19th century)

אַ יונגערמאַן קלאַפּט אין דער טיר פֿון אַ גרויסן תּלמוד־חכם.

„רבי, איך וויל זיך לערנען תּלמוד.‟

„איר קענט לשון־קודש?‟

„ניין.‟

„האָט איר אַמאָל געלערנט גמרא?‟

„ניין, אָבער איך האָב פֿאַרענדיקט האַרוואַרד מיט די העכסטע צייכנס אין פֿילאָסאָפֿיע, און באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿון יעל. איך וויל אויסברייטערן מײַן דערציִונג דורכן לערנען אַ ביסל תּלמוד.‟

Read more


10 מיטלען צו פֿאַרלירן וואָג

10 Ways to Beat Obesity

עסט אייער פֿאַר פֿרישטיק, אַנשטאָט בייגל — און אויף אַ בלאָען טעלער

מענטשן טוען הײַנט פֿאַרשידענע זאַכן, כּדי שלאַנקער צו ווערן, אָבער אַפֿילו ווען זיי פֿאַרלירן וואָג, געווינען זיי עס ביסלעכווײַז צוריק. לויט אַן אַרטיקל אינעם זשורנאַל פֿון דער AARP לעצטנס, עצהן די עקספּערטן הײַנט געוויסע זאַכן, וואָס מע האָט פֿריִער נישט געוווּסט.

1. ביז לעצטנס האָט מען געמיינט, למשל, אַז דער בעסטער אופֿן צו פֿאַרלירן וואָג איז עס צו טאָן צו־ביסלעך. אָבער אַ נײַע שטודיע פֿון אויסטראַליע האָט אָנגעוויזן, אַז די מענטשן, וואָס האָבן פּלוצלינג שטאַרק באַגרענעצט זייערע קאַלאָריעס, האָבן גיכער דערגרייכט דעם וואָג וואָס זיי ווילן, און זענען טאַקע געבליבן בײַ דער וואָג. אויב איר ווילט אַליין אויספּרוּוון אַזאַ דיעטע, זאָלט איר זיך אָבער, צו ערשט, באַראַטן מיט אײַער דאָקטער ווײַל אַמאָל, ווען מע שנײַדט צו גיך די צאָל קאַלאָריעס פֿון דער דיעטע, קאָנען זיך אַנטוויקלען גאַלשטיינער.

Read more


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.