No Place Like Home

רותס כרעמזלעך

Ruth's Chrimslech

2 מצות

3 אייער

1 עפּל, צעמאָלן

2 לעפֿל צעמאָלענע מאַנדלען

Read more


הינדל מיט זיסן זענעפֿט־סאָוס

Sweet Mustard Chicken

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אויב איר ווילט רעדוצירן דעם פּראָצענט פֿעטס פֿון אײַערע הינדל־רעצעפּטן, נעמט אַראָפּ די הויט איידער איר קאָכט עס. אין דעם ווײַטערדיקן רעצעפּט, וועט אײַך אַפֿילו נישט אויספֿעלן די הויט, ווײַל דער סאָוס איז זייער באַטעמט!

Read more


פֿיזישע טעראַפּיע פּונקט אַזוי גוט ווי כירורגיע

Physical Therapy as Good as Surgery

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אויב איר האָט צרות מיט אַ קני, זאָלט איר אפֿשר נישט גיין אויף אַן אָפּעראַציע. אַ נײַע שטודיע ווײַזט, אַז פֿיזישע טעראַפּיע קאָן העלפֿן דער פּראָבלעמאַטישער קני פּונקט אַזוי גוט ווי כירורגיע — און עס קאָסט אַ סך ווייניקער.

טעראַפּיע נעמט אַמאָל אַ לאַנגע צײַט ביז מע זעט פּאָזיטיווע רעזולטאַטן, און דערפֿאַר האָבן אַ סך מענטשן ביז איצט פֿאַרלאָזט די טעראַפּיע און געגאַנגען אויף כירורגיע. אָבער די פּאַציענטן, וועלכע האָבן ווײַטער געמאַכט פֿיזישע טעראַפּיע, האָבן במשך פֿון 6 חדשים אָדער אַ יאָר געהאַט די זעלבע פּאָזיטיווע רעזולטאַטן, ווי די מענטשן וואָס מע האָט אויף זיי אָפּערירט.

Read more


די וויכטיקייט פֿון משפּחה־געשיכטעס

The Importance of Family Histories

פֿון ברוס פֿײַלער

מײַן משפּחה־געשיכטע איז תּמיד געווען אַ וויכטיקער טייל פֿון מײַן אידענטיטעט, איז מיר דערפֿאַר געווען זייער אינטערעסאַנט צו לייענען דעם ווײַטערדיקן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ (New York Times), וווּ דער מחבר, ברוס פֿײַלער, גיט איבער פֿאַר וואָס ס׳איז פּסיכאָלאָגיש געזינטער, ווען אַ מענטש ווייסט פֿון וואַנען ער קומט. פֿײַלער איז דער מחבר פֿונעם בוך, Secrets of Happily Families.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מײַן גאַנצע משפּחה זיך געטראָפֿן אויף איר יערלעכער פֿאַרזאַמלונג אין אויגוסט, אָבער די שטימונג איז געווען נישט קיין פֿויגלדיקע.

מײַנע עלטערן האָבן זיך געפֿילט קרענקלעך; מײַן פֿרוי און איך האָבן געהאַט שוועריקייטן בײַם קאָנטראָלירן אונדזערע קינדערלעך, און מײַן ייִנגערע שוועסטער האָט זיך געזאָרגט וועגן די פֿאַרשידענע פּראָבלעמען פֿון אַ 12־יאָריק מיידל הײַנט־צו־טאָג.

Read more


היימישע רפֿואות

Home Remedies

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַנשטאָט תּמיד אײַנצונעמען אַספּירין און אַנדערע מעדיקאַמענטן ווען איר פֿילט זיך נישט גוט, פּרוּווט אויס די ווײַטערדיקע היימישע רפֿואות:

בויכווייטיק: טרינקט אינגבער־טיי. עס וואַרעמט אָן דעם גוף און באַרויִקט דעם מאָגן. זײַט זיכער, אַז ס׳איז געמאַכט פֿון אמתן אינגבער. אָדער מאַכט אײַער אייגענע טיי: צעמאָלט 1/4 טעפּל פֿרישן אינגבער און מישט עס אויס מיט 2 טעפּלעך וואַסער. זידט עס פֿינף מינוט לאַנג. זיפּט אָפּ דעם אינגבער און טרינקט אויס דאָס וואַסער.

Read more


קענסט מיך הערן?

Can You Hear Me?

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַ דאַנק דעם פּראָגרעס אין דער מעדיצינישער טעכנאָלאָגיע, קאָן מען הײַנט אַרײַנשטעלן אַ הער־אַפּאַראַט אונטער דער הויט בײַם אויער פֿון אַ טויבן מענטש און דערבײַ דערמעגלעכן אים צו הערן. בלע״ז רופֿט מען עס אַ cochlear implant.

דער אַפּאַראַט פֿונקציאָנירט אַזוי: אַ קליינטשיקער מיקראָפֿאָן כאַפּט אויף דעם קלאַנג, און טראַנסמיטירט עס צום אַפּאַראַט, וואָס פֿאַרוואַנדלט די דיגיטאַלישע אינפֿאָרמאַציע אין עלעקטרישע סיגנאַלן. די סיגנאַלן סטימולירן די נערוון און שיקן די קלאַנג־אינפֿאָרמאַציע צום מוח.

Read more


טײַערע חזנטע

Dear Cantor

פֿון חנה סלעק

טײַערע חזנטע,

מײַן טעכטערלס ערשטער געבוירן־טאָג נעענטערט זיך, און מע פֿרעגט מיך פֿון אַלע זײַטן וואָס פֿאַר אַ מתּנה זי וויל. זי האָט טאַקע אַ שלל מיט שפּילעכלעך און קליידערלעך. מיר וווינען אין אַ קליינער דירה, און אונדז איז דאָ שוין ענג. בעסער וואָלטן מענטשן אונדז געהאָלפֿן באַצאָלן פֿאַר ווינדלעך, מילך, און אַנדערע זאַכן וואָס מיר דאַרפֿן נייטיק האָבן. מעג מען בעטן בײַ מענטשן אָדער די דאָזיקע נייטיקע זאַכן, אָדער געלט?

פּראַקטישע מאַמע

טײַערע פּראַקטישע מאַמע,

איך באַדויער, אָבער עס איז נישט לײַטיש צו בעטן געלט. אויב מע שענקט די סאַמע נייטיקע זאַכן פֿאַרן עופֿעלע, איז דאָס גיכער אַ מתּנה פֿאַר אײַך, ווײַל איר טראָגט דעם חובֿ זיי צו קויפֿן, און נישט קיין זאַך וואָס וואָלט געטאָן הנאה אײַער טעכטערל. איך האַלט אַז איר מוזט זיך רעכענען מיט דעם, וואָס מענטשן ווילן שענקען שפּילעכלעך און קליידערלעך. איר קענט זיי דאָך צוריקברענגען אין געשעפֿט פֿאַרן געלט אָדער זיי אויסבײַטן אויף מער פּראַקטישע זאַכן. מזל־טובֿ צום טעכטערלס געבוירן־טאָג!

Read more


פּסחדיקער פֿרישטיק

Passover Breakfast

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

לערנט זיך אויס ווי צו מאַכן געפֿרישטע מצות און אַ שפּינאַט־פֿײַנקוכן פֿאַר אײַערע פּסחדיקע פֿרימאָרגנס:


זשאַבע־סכּנה

Pet Frog Risk

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

די קליינע וואַסער־זשאַבעס, וואָס ווערן פֿאַרקויפֿט ווי שטוב־חיות, זענען פֿאַרבונדן געוואָרן מיט אַן אויסבראָך פֿון סאַלמאָנעלאַ־אינפֿעקציעס צווישן די יאָרן 2008 און 2011, האָט די וואָך איבערגעגעבן דער „אַמעריקאַנער צענטער פֿון קראַנקייט־קאָנטראָל‟.

דער באַריכט, אָפּגעדרוקט מאָנטיק אינעם זשורנאַל Pediatrics, האָט אַנטדעקט, אַז די אינפֿעקציע האָט אָנגעשטעקט 376 מענטשן אין 44 שטאַטן. 29%, ס׳רובֿ פֿון זיי — קינדער, האָט מען געמוזט פֿירן אין שפּיטאָל.

Read more


צוויי פּאָטראַוועס אויף פּסח

Two Delicacies for Passover

פֿון העלען נאַש (ייִט״אַ)

    

אויב איר זענט איינער פֿון די מענטשן, וועלכע שרעקן זיך פֿאַרן פּסח, ווײַל מע וועט אַ גאַנצע וואָך מוזן קאָכן אָן חמץ, וויל איך אײַך באַרויִקן, אַז ס׳איז בכלל נישט קיין פּראָבלעם.

געדענקט, אַז אין דעם פֿריילעכן יום־טובֿ, מעגן מיר יאָ עסן פֿיש, פֿלייש, עוף, אייער, ניס, פֿרוכטן און ס׳רובֿ גרינסן און פֿרישע געווירצן.

אַלע ווײַטערדיקע מאכלים זענען געזונט, געשמאַק און גרינג צוצוגרייטן. די רעצעפּטן קומען פֿונעם נײַעם קאָכבוך, (Helen Nash‘s New Kosher Cuisine Overlook Press).

Read more


ווען עמעצער גייט אײַך אויף די נערוון...

When Someone Gets on Your Nerves

וואָס קענט איר טאָן, אויב אײַערס אַ מיטאַרבעטער, שכן אָדער קרובֿ (אָדער אַפֿילו אײַער מאַן אָדער ווײַב) גייט אײַך כּסדר אויף די נערוון? אָט זענען עטלעכע עצות, ווי אַזוי איר קענט פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ:

  1. סתּם איגנאָרירן אים וועט נישט לייזן די פּראָבלעם. בעסער איז, צו כאַפּן אַ שמועס מיט אים וועגן דעם ענין.

  2. איידער איר גייט צו צו אים, אָדער קלינגט אים, אָטעמט אײַן טיף אָדער כאַפּט אַ שפּאַציר. אַזוי וועט איר זײַן רויִק און אים נישט באַליידיקן.

Read more


משפּחה־חנדלעך

Sit Back and Smile

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַ פֿרוי איז אַרײַנגעקומען אין אַ סינאַגאָגע, וווּ מע האָט זיך געגרייט צו שטעלן אַ חופּה. בעת זי איז געשטאַנען אויף דער שוועל, איז צוגעקומען דער שמשׂ און זי געפֿרעגט: „אַנטשולדיקט, זענט איר אַ חבֿרטע פֿון דער כּלה?‟

„אַוודאי נישט!‟ האָט די פֿרוי געענטפֿערט. „איך בין די מאַמע פֿונעם חתן.‟

Read more


מיטללענדישע דיעטע קאָן פֿאַרהיטן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק

Mediterranean Diet Can Prevent Heart Disease

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַ מיטללענדישע דיעטע, וואָס האָט א הויכן פּראָצענט איילבערט־בוימל, ניס, פֿיש, פֿרישע פֿרוכטן און גרינסן, און אַפֿילו רויטן ווײַן, קאָן העלפֿן אויסמײַדן אַ האַרץ־אַטאַק אָדער מוח־אַטאַק, גיט איבער אַ נײַע שטודיע פֿון שפּאַניע.

אַ דיאַגראַם פֿון דער מיטללענדישער דיעטע, צונויפֿגעשטעלט פֿון דער „מיטללענדישער דיעטע־פֿונדאַציע‟ אין באַרצעלאָנע, שפּאַניע

די פֿריִערדיקע פֿאָרשונגען האָבן געגעבן אָנצוהערן, אַז מענטשן וואָס עסן אַ מיטללענדישע דיעטע, האָבן אַ געזינטער האַרץ ווי אַנדערע מענטשן, אָבער ביז איצט איז נישט געווען קלאָר, צי דאָס בעסערע געזונט איז צוליב דעם עסן, אָדער צוליב געוויסע אונטערשיידן פֿון לעבנס־שטייגער.

אין דער איצטיקער שטודיע, האָבן די פֿאָרשער פֿאַרזאַמלט כּמעט 7,500 עלטערע וואָלונטירן, וועלכע ווערן באַדראָט פֿון באַקומען אַ האַרץ־אַטאַק צוליב פֿאַרשידענע סיבות: זיי זענען געווען פֿעט, גערייכערט פּאַפּיראָסן, געליטן פֿון צוקער־קרענק אָדער פֿון אַ הויכן בלוט־דרוק.

אַ דריטל פֿון די וואָלונטירן האָט מען געהייסן, במשך פֿון פֿינף יאָר, זיך האַלטן בײַ אַ מיטללענדישע דיעטע מיט, צום ווייניקסטן, 4 לעפֿל איילבערט־בוימל אַ טאָג — אָבער בלויז דעם העכסטן קוואַליטעט איילבערט־בוימל (extra virgin olive oil).

Read more


מיטללענדישער טונפֿיש־סאַלאַט

Mediterranean Tuna Salad

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

לויט דער מיטללענדישער דיעטע, וואָס מע האָט לעצטנס געלויבט אין די צײַטונגען, דאַרף מען אײַננעמען, צום ווייניקסטן, 4 לעפֿל איילבערט־בוימל אַ טאָג. דערפֿאַר דאַרפֿט איר זיך נישט זאָרגן, וואָס דער סאַלאַט איז געמאַכט פֿון 1/4 טעפּל איילבערט־בוימל.

אַ דאַנק דעם טונפֿיש, האָט דאָס מאכל אַ הויכן פּראָצענט פּראָטעיִן; און צוליב דעם פּיקאַנטן טעם פֿון די אַרטישאָקן, מאַסלינעס און קנאָבל, וועט אײַך אַפֿילו נישט אויספֿעלן זאַלץ.

Read more


נו, ווי מיינט איר? זאָלן עלטערן קויפֿן בלויז נאַטירלעכע זאַכן פֿאַר זייערע קינדער?

YOUR OPINION: Should Parents Buy Only Natural Products for their Children?

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

געוויסע קינסטלעכע כעמישע שטאָפֿן אין די זאַכן, וואָס מיר ניצן יעדן טאָג — למשל, שפּילעכלעך, פּאַרפֿומען, דעאָדאָראַנטן און פּלאַסטישע פֿלעשער — שטעלן אונדז אין אַ סכּנה פֿון געוויסע מינים ראַק, געבורט־פֿעלערן און פּסיכיאַטרישע פּראָבלעמען, האָט לעצטנס געוואָרנט אַ גרופּע פֿאָרשער פֿון דער „יו־ען‟.

די סובסטאַנצן, וואָס הייסן EDCs און BPAs, זענען אפֿשר אויך שולדיק אין דעם וואָס אַ צאָל מאַנסבילן און פֿרויען האָבן הײַנט שוועריקייטן בײַם האָבן קינדער, האָבן זיי געזאָגט.

עטלעכע לענדער ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע און די לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, האָבן שוין אָנגענומען געזעצן, וואָס פֿאַרווערן אַ טייל פֿון די סובסטאַנצן אין דער פּראָדוקציע, בפֿרט אין די זאַכן פֿאַר קינדער. אָבער „הונדערטער טויזנטער‟ מענטשן קומען ווײַטער אין קאָנטאַקט מיט אַזוינע שטאָפֿן, און דערווײַל האָט מען זייער ווייניק שטודירט ווי אַזוי דאָס ווירקט אויפֿן גוף פֿון מענטשן און חיות בכלל.

Read more


קאַרטאָפֿל־קרעפּלעך

Potato Dumplings

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

מע עסט פּורים קרעפּלעך, ווײַל די באַשטאַנדטיילן זענען באַהאַלטן אינעם טייג, פּונקט ווי גאָטס גענאָד איז באַהאַלטן אין מגילת־אסתּר


טײַערע חזנטע

Dear Cantor

פֿון חנה סלעק

טײַערע חזנטע,

מײַן מאַן און איך האָבן חתונה געהאַט מיט 48 יאָר צוריק. מיר וווינען אין אַ קהילה פֿאַר פּענסיאָנירטע אין בוינטאָן־ביטש, פֿלאָרידע. אונדזער לעבן צוזאַמען איז קיין מאָל נישט געווען אַזוי אײַ־אײַ־אײַ, אָבער איך האָב אַלע מאָל געהאַט אַ צוטרוי צו אים, און זיך קיין מאָל נישט געזאָרגט, אַז ער קוקט צופֿיל אויף אַנדערע פֿרויען. אָבער איצט, אין אונדזערע „גאָלדענע יאָרן”, האָט זײַן אויג אָנגעהויבן צו וואַנדערן. עטלעכע פֿרויען אין די אָנהייב 60ער האָבן זיך לעצטנס אַרײַנגעצויגן אַהער. מײַן מאַן גייט אַלע מאָל צום שווימבאַסיין, ווען ער ווייסט, אַז זיי זענען דאָרטן. ער מאַכט דעם אָנשטעל, אַז ער לייענט אַ צײַטונג, אָבער, אין דער אמתן, האַלט ער אַן אויג אויף די פֿרויען, וועלכע טראָגן מאָדישע באָד־קאָסיומען. וואָס זאָל איך אים זאָגן וועגן דעם? פֿאַרזאָרגטע, אַלטע פֿרוי

Read more


מיידלעך קריגן בעסערע צייכנס ווי ייִגלעך אין שול

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דער עסיי פֿון קריסטינאַ האָף סאָמערס פֿאַראַכטאָגן אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ שטעלט אַ וויכטיקע פֿראַגע: פֿאַר וואָס גייט עס הײַנט די מיידלעך אַזוי פֿיל בעסער אין שול, ווי די ייִנגלעך?

בדרך־כּלל, ווען מע גיט אַ שטאָטישן עקזאַמען פֿאַר אַלע תּלמידים אין אַ געוויסער שטאָט, קריגן די ייִנגלעך העכערע צייכנס ווי די מיידלעך. פֿון דעסטוועגן, ווען די לערער מאַכן די רעגלמעסיקע באַריכט־קאַרטלעך פֿאַר די עלטערן, באַקומען די ייִנגלעך נידעריקערע צייכנס ווי די מיידלעך; און שפּעטער, גייען ווייניקער בחורים ווי מיידלעך אין אוניווערסיטעט.

Read more


געבראָטענע קאַרטאָפֿל

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

די ציבעלע און קנאָבל אין דעם רעצעפּט גיבן צו אַ געשמאַקן טעם און ריח. דעם קנאָבל דאַרפֿט איר אַפֿילו נישט אָפּשיילן. נאָכן אָפּבראָטן, קענט איר עס מיטן גאָפּל אַרויס­קוועטשן פֿונעם שאָלעכץ!

3 פֿונט (1.4 קילאָ) רויטע קליינע קאַרטאָפֿליעס

2 ציבעלעס, צעשניטן אין דינע רעפֿטלעך

12 ציינדלעך קנאָבל, מיטן שאָלעכץ

1/4 טעפּל איילבערט־בוימל

2 לעפֿל דיזשאָנער זענעפֿט

1 לעפֿעלע זאַלץ

1/2 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער

2 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע

הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד (204 צעלזיוס).

Read more


הויפּטקוואַל פֿון פֿאַרסמונג — שאַלאַטן־בלעטער

Lettuce and spinach are the main culprits of food poisoning

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

לויט אַ רעגירונג־שטודיע, זענען שאַלאַטן און שפּי­נאַט־בלעטער די הויפּט־סיבה פֿון שפּײַז־פֿאַרסמונג — אַ פּראָ­בלע­מאַטישער אויספֿיר פֿאַר די געזונט־באַאַמטע, וועלכע פּריידיקן, אַז די אַמעריקאַנער דאַרפֿן עסן אַלץ מער גרינסן.

„ס׳רובֿ פֿונעם עסן וואָס איר קויפֿט אין קראָם, זענען זיכער,‟ האָט דערקלערט ד״ר פּאַטרישאַ גריפֿין, איינע פֿון די מחברים פֿון דער שטודיע. „די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע דאַרפֿן נישט אָפּ­שרעקן מענטשן פֿון עסן גרינסן. געדענקט אָבער, אַז מ׳דאַרף גוט אויסשווענקען אָדער דורכ­צוקאָכן, איידער איר עסט זיי.‟

די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע זענען דינסטיק אַרויסגעלאָזט גע­וואָרן דורכן „צענטער פֿון קראַנ­קייט־קאָנטראָל‟ (CDC).

Read more


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.