No Place Like Home

פֿאַר וואָס איז מיר תּמיד קאַלט?

Why Am I Always Cold?

  • Print
  • Share Share

1. איר האָט אַ נידעריקן פּראָצענט אײַזן אין בלוט:

די רויטע בלוט־קעמערלעך אין גוף פֿאָדערן אײַזן, כּדי אַרײַנצופֿירן זויערשטאָף אינעם בלוט; און אַ נידעריקער ניוואָ פֿון אײַזן קאָן שאַטן דער בלוט־צירקולאַציע. מע פֿילט די קעלט בפֿרט אין די הענט און פֿיס ווײַל דער גוף איז קלוג: ער ברענגט דאָס בלוט צו ערשט צו די נייטיקע אָרגאַנען ווי דאָס האַרץ און דער מוח.

פֿלייש, סאַלאַט־בלעטער און בעבלעך זענען גוטע קוואַלן פֿון אײַזן, אָבער בלויז ווען מע עסט זיי מיט שפּײַזן, וואָס האָבן אַ הויכן פּראָצענט וויטאַמען C אַזוי ווי רויטער פֿעפֿער, ווײַל דער וויטאַמין C העלפֿט, אַז דער אײַזן זאָל אַבסאָרבירט ווערן.

2. איר האָט בטבֿע אַ שוואַכע בלוט־צירקולאַציע:

כאָטש אַזאַ נטיה קען מען נישט בײַטן, רעקאָמענדירן די עקספּערטן צו מאַכן פֿיזישע געניטונגען יעדן טאָג, און אפֿשר אַפֿילו פּרוּוון אַקופּונקטור.

3. איר וועגט צו ווייניק:

פֿעטס דינט ווי אַ מין איזולאַציע. אויב מע האָט ווייניק פֿעטס איבערן לײַב, איז מעגלעך, אַז מע קען נישט אײַנהאַלטן די היץ אויף אַן עפֿעקטיוון אופֿן. אויב איר ווילט אָנלייגן אַ ביסל וואָג, טוט עס אויף אַ שׂכלדיקן אופֿן, מיטן אַזוי גערופֿענעם „גוטן פֿעטס‟, ווי אַוואָקאַדאָס, סטאַשקעשמיר, מאַנדלשמיר (almond butter), פֿול־פֿעטיקן גריכישער יאָגורט און געטריקנטע פֿרוכטן, ווי טייטלען און פֿײַגן. די אַלע שפּײַזן קאָנען אײַך „אָנוואַרעמען‟. אַגבֿ, דאָס עסן פֿרישע פֿרוכטן און טרינקען זאַפֿט האָט דעם פֿאַרקערטן עפֿעקט: זיי קאָנען אײַך נאָך מער „אָפּקילן‟.

4. איר שלאָפֿט נישט גענוג:

הגם די וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען וועגן דער פֿראַגע, צי ס׳איז פֿאַראַן אַ פֿאַרבינדונג צווישן דעם שלאָפֿן און דעם פֿילן זיך קאַלט האָבן ביז איצט געהאַט געמישטע רעזולטאַטן, איז יאָ באַקאַנט, אַז דאָס נישט אויסשלאָפֿן זיך יעדן טאָג קאָן ווירקן אויף אַ מענטשנס מעטאַבאָליזם און דעריבער וועט אים קאַלט ווערן. בײַ נאַכט, בעת מע שלאָפֿט, בײַט זיך נאַטירלעך די טעמפּעראַטור כּסדר, און דער גוף געוויינט זיך צו צו דעם. ווען איר לייגט זיך שלאָפֿן זייער שפּעט, מאַכט דער גוף זיך נישט־וויסנדיק, און זײַן טעמפּעראַטור הייבט אָן שטײַגן און פֿאַלן, פּונקט אַזוי ווי איר וואָלט שוין געשלאָפֿן.

5. איר זענט דעהידרירט:

ווען מע טרינקט נישט גענוג וואַסער, קאָן דער גוף נישט צעפֿירן דאָס בלוט אויף אַן עפֿעקטיוון אופֿן. דאָס וואַסער האָט אַ מעלה: עס האַלט אײַן די היץ. ווען איר טרינקט נישט גענוג, בלײַבט נישט גענוג וואַסער אין גוף צו סטאַביליזירן די טעמפּעראַטור.

6. ס׳קאָן זײַן אַ סימן פֿון קאָמפּליקאַציעס מיט דיאַבעט:

פּאַציענטן וואָס לײַדן פֿון צוקערקרענק קאָנען אַנטוויקלען פּעריפֿערישע נעווראָפּאַטיע, וואָס שטערט די נערוון וועלכע קאָנטראָלירן אַלע חושים. ווי אַ רעזולטאַט קאָן דער פּאַציענט ווערן מער שפּירעוודיק אויף דער קעלט, ווייטיק אָדער היץ, אָן שום סיבה. דעם מענטשן איז נישט פֿיזיש קעלטער אָדער וואַרעמער; ס׳איז פּשוט אַ טעותדיקער סיגנאַל, וואָס די פֿיס אָדער הענט שיקן דעם מוח.

7. איר זענט אַ פֿרוי:

כאָטש די נאַרמאַלע טעמפּעראַטור בײַ אַ פֿרוי איז בערך 0.4 גראַד וואַרעמער ווי בײַ אַ מאַן, זענען די הענט בײַ איר געוויינטלעך כּמעט 3 גראַד קעלטער, האָט אַנטקעדט אַ גרופּע פֿאָרשער בײַם „יוטאַ־אוניווערסיטעט‟. ס׳איז נישט קיין גרויסער אונטערשייד, אָבער דאָס קאָן זײַן די סיבה פֿאַר וואָס פֿרויען פֿילן זיך אָפֿטער קעלטער ווי מענער. אַגבֿ, אַפֿילו די פּאָפּ־זינגערין מאַדאָנאַ, וואָס זינגט אַזוי „הייס־בלוטיק‟, האָט אַ מאָל דערציילט, אַז זי און איר מאַן קריגן זיך כּסדר, צי מע זאָל בײַטן די טעמפּעראַטור אינעם שטוב־טערמאָסטאַט, ווײַל אים איז תּמיד געווען צו וואַרעם, און איר — צו קאַלט.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.