No Place Like Home

קען מען אָפּוואַשן דעם פּעסטיציד פֿון פֿרוכטן?

Can You Wash the Pesticides Off Your Fruit?

  • Print
  • Share Share

ווען מע שווענקט אָפּ פֿרוכטן און גרינסן אונטער פֿליסנדיק וואַסער פֿונעם קראַן, העלפֿט עס צו באַזײַטיקן די שפּורן פֿון פּעסטיצידן, אָבער נישט אויף 100%, זאָגט דייוו סטאָון, דער דירעקטאָר פֿונעם „לאַנדישן צענטער פֿון פּעסטיציד־אינפֿאָרמאַציע‟. הגם דאָס אָפּוואַשן פֿרוכטן און גרינסן קען טאַקע רעדוצירן דעם איבערבלײַב פֿון די אָנגעשפּריצטע כעמישע שטאָפֿן אויפֿן שאָלעכץ, קען עס פֿאָרט נישט פּטור ווערן פֿון יענע פּעסטיציד־שפּורן, וואָס זענען אײַנגעזאַפּט געוואָרן דורך די וואָרצלען און זענען שוין טיף אַרײַנגעדרונגען אינעם פֿרוכט אָדער גרינס אַליין.

דאָס באַשפּריצן פֿרוכטן און גרינסן אין די פֿעלדער מיט פּעסטיצידן, כּדי אויסצוהרגענען אָדער אַוועקצוטרײַבן די אינסעקטן, איז שוין פֿון לאַנג קריטיקירט געוואָרן פֿאַר דער מעגלעכער סכּנה פֿאַר די מענטשן, וואָס עסן די פּראָדוקטן — בפֿרט די שוואַכסטע מענטשן: קינדער, חולים און עלטערע לײַט.

אמת, מע קען קויפֿן ספּעציעלע קאָמערציעלע פֿליסיקייטן, וואָס זאָגן צו צו באַזײַטיקן די געפֿערלעכע כעמיקאַלן (vegetable wash, בלע״ז) אָבער ס׳איז מסתּמא נישט כּדאַי. לויט אַ שטודיע פֿון 2000, דורכגעפֿירט פֿון אַן אַגריקולטורעלן רעגירונג־פּראָיעקט אינעם שטאַט קאָנעטיקאָט, האָט דאָס אָפּשווענקען שאַלאַטן־בלעטער, טרוסקאַווקעס און פּאָמידאָרן איין מינוט לאַנג אונטער פֿליסנדיק וואַסער פֿון קראַן פּונקט אַזוי גוט באַזײַטיקט די פּעסטיציד־שפּורן ווי די געקויפֿטע אַנטי־פּעסטיציד פֿליסיקייטן.

„ניצנדיק די אַנטי־פּעסטיציד פֿליסיקייטן, קען אַפֿילו שאַטן מער ווי סע העלפֿט — האָט ד״ר סטאָון געזאָגט — ווײַל די פֿליסיקייט פֿאַרמאָגט אַליין געוויסע כעמישע שטאָפֿן, וואָס קענען שטעקן בלײַבן אינעם שאָלעכץ פֿונעם פֿרוכט.‟

איין זאַך, וואָס העלפֿט יאָ, איז גוט צו רײַבן דאָס שאָלעכץ מיט אַ גרינסן־בערשטל. דער בעסטער אופֿן דאָס צו טאָן איז בעת דער פֿרוכט אָדער גרינס ליגט אין אַ זיפּ, און עס פֿליסט אויף איר כּסדר דאָס וואַסער פֿון קראַן. דער כּוח פֿונעם לויפֿעדיק וואַסער טרײַבט אַוועק די שפּורן, אַ סך בעסער ווי אויב מע לייגט די פּראָדוקטן פּשוט אַרײַן אין אַ שיסל וואַסער. ווען מע שיילט אָפּ די פֿרוכטן און גרינסן, איז נאָך בעסער, זאָגט ד״ר סטאָון.

לויטן פֿעדעראַלן אַגריקולטור־דעפּאַרטאַמענט, האָבן טרוסקאַפֿקעס, נעקטאַרינען און אַמעריקאַנער־קולטיווירטע עפּל דעם העכסטן פּראָצענט פּעסטיציד־שפּורן. אויב איר האָט בדעה זיי צו קויפֿן, קלײַבט גיכער אויס די אָרגאַניש־געהאָדעוועטע.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.