No Place Like Home

סודות פֿון גליקלעכע פּאָרפֿעלקער

Secrets of Happily Married Couples

  • Print
  • Share Share

אויב איר מיינט, אַז דאָס בעסטע פּאָרל קריגט זיך קיין מאָל נישט, לייענט ווײַטער! אָט זענען 7 איבערראַשנדיקע סודות פֿון אַ געזונטן ראָמאַנטישן צוזאַמענלעבן:

1. זיי גייען שלאָפֿן אין דער זעלבער צײַט

פֿרויען, וואָס זענען צופֿרידן מיט זייער זיווג־לעבן, לייגן זיך שלאָפֿן, 90% פֿון דער צײַט, בערך אין דער זעלבער צײַט ווי זייערע מענער, לויט אַ שטודיע לעצטנס בײַם פּיטסבורגער אוניווערסיטעט. במשך פֿון 10 טעג האָבן די פֿאָרשער אָבסערווירט די שלאָף־געוווינשאַפֿטן און דעם ניוואָ פֿון צופֿרידנקייט בײַ 46 חתונה־געהאַטע פּאָרפֿעלקער.

אויב איר ווילט פֿאַרבעסערן די שאַנסן, אַז אײַער זיווג זאָל זײַן צופֿרידן, לייגט זיך טאַקע שלאָפֿן אין בערך דער זעלבער צײַט. אויב דאָס איז נישט מעגלעך, געפֿינט אַנדערע מאָמענטן אינעם טאָג זיך צו פֿאַרבינדן, גיט איבער די פּסיכאָלאָגין און שלאָף־פֿאָרשערין, העטער גינס. „יעדער איינער האָט אַ באַדערפֿעניש פֿאַר נאָענטשאַפֿט און זיכערקייט,‟ האָט זי געזאָגט.

2. זיי דאגהן נישט, אויב זיי גייען שלאָפֿן אין כּעס

אַפֿילו די גליקלעכסטע פּאָרפֿעלקער צעקריגן זיך פֿון צײַט צו צײַט, אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט אומגליקלעכע פּאָרפֿעלקער, פֿאַרלירן זיי נישט קיין שלאָף איבער דעם און ווערן גלײַך אַנטשלאָפֿן, זאָגט שאַנטי פֿעלדהאַן, אַ סאָציאַלע פֿאָרשערין און די מחברטע פֿונעם בוך, The Surprising Secrets of Highly Happy Marriages. דער אמת איז, אַז אויב אַ פּאָרפֿאָלק פּרוּווט צו איגנאָרירן אָדער פֿאַרגעסן דאָס קריגערײַ, וועלן זיי אפֿשר שפּעטער חרטה האָבן. בעסער איז צו וואַרטן ביזן צווייטן טאָג, נאָך דעם ווי מע האָט זיך אויסגעשלאָפֿן און מ׳איז שוין רויִקער, און דעמאָלט אַרומרעדן דעם ענין, כּדי יעדער צד זאָל הערן דעם צווייטנס קוקווינקל.

צווישן די 1,000 פּאָרפֿעלקער וואָס שאַנטי פֿעלדהאַן האָט אינטערוויויִרט, זענען די גליקלעכסטע פּאָרפֿעלקער געווען אַ סך מער גענייגט צו זײַן אָפֿנהאַרציק מיט זייערע געפֿילן, ווי יענע פּאָרפֿעלקער וואָס האָבן דעם צווייטן אינדערפֿרי געמאַכט אַן אָנשטעל, אַז „ס׳איז גאָרנישט געשען‟.

3. זיי האָבן זייערע אייגענע גוטע פֿרײַנד

חתונה־געהאַטע מענער און פֿרויען, וואָס פֿאַרברענגען פֿון צײַט צו צײַט מיט זייערע באַזונדערע פֿרײַנד פֿונעם זעלבן מין, זענען געוויינטלעך גליקלעכער ווי די וואָס פֿאָקוסירן אַלע כּוחות אויף זייער ראָמאַנטישן פּאַרטנער, שרײַבט פּעפּער שוואַרץ, וועלכע האָט אויך שטודירט די באַציִונגען פֿון גליקלעכע פּאָרפֿעלקער. „ווען סײַ דער מאַן, סײַ זײַן פֿרוי, האָבן געלעגנהייטן צו שמועסן און פֿאַרברענגען מיט זייערע אייגענע פֿרײַנד, פֿילן זיי זיך נישט אַזוי איזאָלירט אָדער אָפּהענגיק איינער פֿונעם אַנדערן,‟ האָט זי געזאָגט.

4. אַ מאָל איז בעסער נישט צו זאָגן דעם גאַנצן אמת

ס׳איז וויכטיק צו זײַן אָפֿנהאַרציק מיטן מאַן אָדער מיט דער פֿרוי, אָבער זײַט זיכער, אַז אויב איר גיט אַן עצה (מיט אַנדערע ווערטער — קריטיק), אַז איר טוט עס אויף אַן איידעלן אופֿן. פֿעלדהאַנס פֿאָרש־אַרבעט ווײַזט, אַז די גליקלעכסטע פּאָרלעך נעמען אין באַטראַכט די געפֿילן פֿון זייער זיווג, ווען זיי דריקן אויס אַ מיינונג, וואָס איז נישט אײַנגענעם צו הערן. „די גליקלעכסטע פּאָרפֿעלקער זענען די וואָס האָבן גערעדט פּונקט אַזוי שטיל און רויִק פּריוואַטערהייט ווי מיט אַ פֿרײַנד בפֿרהסיא,‟ האָט פֿעלדהאַן געזאָגט.

5. זיי האַלטן נישט תּמיד די קינדער אויפֿן ערשטן אָרט

אַוודאי פֿאָדערן אײַערע קינדער אײַער אויפֿמערק, אָבער אויב איר פֿאָקוסירט אַלע כּוחות אויף זיי, לאָזט עס ווייניק צײַט זיך אָפּצוגעבן מיטן פּאַרטנער, זאָגט אירינאַ פֿירשטיין, אַ ניו־יאָרקער פּסיכאָטעראַפּעווטין פֿאַר פּאָרלעך. „נאָך דעם ווי איר לייגט די קינדער שלאָפֿן, פֿאַרברענגט די צײַט צוזאַמען. מיט אַנדערע ווערטער — רעדט נישט אויפֿן טעלעפֿאָן; קוקט נישט קיין טעלעוויזיע, און לעשט אויס דעם קאָמפּיוטער. אויב איר ווילט יאָ קוקן אויף אַ באַליבטער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, טוליעט זיך צו אויף דער סאָפֿע בעת איר קוקט, און נאָך דעם ווי די פּראָגראַם ענדיקט זיך — כאַפּט אַ שמועס וועגן דעם.

6. זיי שעמען זיך נישט מיט אַרויסווײַזן ליבע אין דער עפֿנטלעכקייט

גליקלעכע פּאָרפֿעלקער זענען מער גענייגט זיך אַרומצונעמען און זיך האַלטן בײַ דער האַנט בפֿרהסיא ווי די אומגליקלעכע, זאָגט שוואַרץ. ערשטנס, ווען מע גייט האַנט אין האַנט, איז שווערער זיך צו קריגן, און אַחוץ דעם — שוואַכט עס אָפּ די שפּאַנונג. „דאָס האַלטן זיך בײַ דער האַנט דינט ווי אַן עמאָציאָנעלע דערמאָנונג, אַז איר זענט אַ פּאָרפֿאָלק און בעצם — אַ מאַנשאַפֿט,‟ האָט שוואַרץ געזאָגט.

7. זיי מאַכן פּשרות

אין אַ באַציִונג דאַרפֿן ביידע פּרוּוון צופֿרידנשטעלן דעם צווייטן; זײַן בייגעוודיק בעת אַ חילוקי־דעות, אַפֿילו ווען איר זענט זיכער, אַז איר זענט גערעכט! דאָס מיינט נישט, אַז איר זאָלט אין גאַנצן נאָכגעבן אײַער זיווג, אָדער זיך מקריבֿ זײַן. אַ פּשרה מיינט, אַז אַ מאָל וועט מען טאָן זאַכן ווי דער מאַן וויל, און אַנדערע מאָל — ווי די פֿרוי וויל.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.