No Place Like Home

פֿיזישע געניטונגען פֿאַרן מוח

Physical Exercises for the Brain

  • Print
  • Share Share

לויט אַן אינטערעסאַנטער שטודיע פֿון פֿינלאַנד, פּובליקירט די וואָך, זענען געוויסע סאָרטן פֿיזישע געניטונגען אַ סך מער עפֿעקטיוו בײַם פֿאַרשטאַרקן די מוח־פֿונקציעס ווי אַנדערע.

די פֿאָרשער האָבן פֿאַרגליכן די נעווראָלאָגישע ווירקונג פֿון דרײַ מינים געניטונגען: 1) לויפֿן, 2) הייבן געוויכטן און 3) אַ געמיש פֿון לויפֿן זייער גיך און מעסיק־גיך (interval training, בלע״ז). דער איבערראַשנדיקער אויספֿיר איז, אַז די אויסמאַטערנדיקע געניטונגען זענען נישט דווקא דער בעסטער מיטל פֿאַר אַ געזונטן מוח.

די פֿאָרשער האָבן אַ גרויסער צאָל מענער־שטשורן אײַנגעשפּריצט אַ סובסטאַנץ, וואָס ווײַזט, וווּ עס קומען אויף נײַע מוח־קעמערלעך. בײַ אַ טייל פֿון די שטשורן האָט מען אַרײַנגעשטעלט אין שטײַג אַ לויפֿנדיקע ראָד, וווּ זיי האָבן געקאָנט לויפֿן. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען יעדן טאָג געלאָפֿן עטלעכע מײַל בײַ אַ געמעסיקטער גיכקייט (נישט צו גיך אָדער צו פּאַמעלעך).

אַ צווייטע גרופּע האָט „געהויבן געוויכטן‟, דורכן קריכן אויף אַ וואַנט, טראָגנדיק קליינטשיקע געוויכטן, וואָס מע האָט געהאַט צוגעבונדן צו זייערע עקן.

בײַ דער דריטער גרופּע האָט מען אין שטײַג אַרײַנגעשטעלט קליינע שפּאַנמאַשינען (treadmills), וואָס האָבן זיי געצוווּנגען צו לויפֿן זייער גיך דרײַ מינוט לאַנג, און דערנאָך אַ ביסל פּאַמעלעכער 2 מינוט לאַנג; און איבערגעחזרט דעם רוטין, בסך־הכּל 15 מינוט.

נאָך 7 וואָכן האָבן די פֿאָרשער אַנטדעקט, אַז די שטשורן, וואָס זענען געלאָפֿן אויף וועלכער גיכקייט זיי ווילן, האָבן געשאַפֿן די מערסטע מוח־קעמערלעך. די וואָס זענען געלאָפֿן סײַ זייער גיך, סײַ מעסיק, האָבן געשאַפֿן ווייניקער קעמערלעך, און די, וועלכע האָבן געהויבן געוויכטן, האָבן בכלל נישט געשאַפֿן קיין מוח־קעמערלעך, כאָטש זיי האָבן שטאַרק פֿאַרבעסערט זייערע מוסקלען.