No Place Like Home

קאָנען זיסע פֿרוכטן העכערן דעם בלוטצוקער?

Can Sweet Fruit Cause Surge in Blood Sugar?

  • Print
  • Share Share

מענטשן, וואָס האָבן באַקומען אַ דיאַגנאָז פֿון צוקער־קרענק, אָדער פֿון „פּרע־דיאַבעט‟ (אַ נײַע קאַטעגאָריע, וואָס מיינט, אַז דער פּאַציענט געפֿינט זיך אויף דער גרענעץ פֿון קריגן צוקערקרענק) שטעלן אָפֿט די פֿראַגע, צי זאָלן זיי אויסמײַדן זיסע פֿרוכטן ווי באַנאַנעס, פֿײַגן און טייטלעך, אויס זאָרג, אַז דער צוקער אינעם פֿרוכט קאָן גורם זײַן אַן אויפֿשטײַג פֿון אינסולין אינעם בלוט, פּונקט אַזוי ווי געוויינטלעכער צוקער.

איז דער ענטפֿער אַזאַ: אויב עס רעדט זיך פֿון אַ רויען פֿרוכט, איז נישט קיין פּראָבלעם. אין פֿאַרגלײַך מיט האָניק, ראָר־צוקער, פּאַפּשוי־סירופּ און אַנדערע מינים צוקער, וואָס ווערן צוגעגעבן צו די קאָמערציעל־פּראָדוצירטע שפּײַזן, האָט דער נאַטירלעכער פֿרוכטצוקער אַ הויכן פּראָצענט פֿיברע, וואָס העלפֿט דעם גוף אַבסאָרבירן דעם צוקער אויף אַ פּאַמעלעכן אופֿן.

ראַפֿינירטע תּבֿואה־פּראָדוקטן ווי ווײַס ברויט, פּלעצעלעך (crackers) און קיכעלעך האָבן, געוויינטלעך,ש ווייניק פֿיברע און באַשטייען פֿון אַ הויכן פּראָצענט קאַרבאָהידראַטן. דערפֿאַר ווערן זיי פֿאַרדייט זייער גיך — און דאָס העכערט טאַקע דעם בלוטצוקער און ניוואָ פֿון אינסולין. ווען מע טרינקט געטראַנקען מיט אַ סך קאַרבאָהידראַטן ווי, למשל, זיסע סאָדע, פֿליסט דער צוקער נאָך גיכער אינעם בלוט.

כּדי צו פֿאַרקלענערן די מעגלעכקייט פֿון אַן אויפֿשטײַג פֿון אינסולין, איז דאָס בעסטע צו עסן פֿרישע גאַנצע פֿרוכטן — און נישט פֿרוכט פֿון אַ פּושקע. אַפֿילו ווען מע עסט פֿיר עפּל, האָט עס דעם זעלבן סכום צוקער ווי 3 טעפּלעך סאָדע, אָבער צוליב דעם, וואָס די פֿרישע עפּל ווערן אַבסאָרבירט זייער פּאַמעלעך, איז עס נישט גורם קיין אויפֿשטײַד פֿון בלוטצוקער.