No Place Like Home

דעפּרעסיע העכערט סכּנה פֿון אַ זיבעלע

Depression Increases Risk of Premature Baby

  • Print
  • Share Share

לויט אַ נײַער שטודיע פֿון שוועדן, איז די סכּנה פֿון אַ זיבעלע העכער, אויב די מאַמע אָדער דער טאַטע לײַדט פֿון דעפּרעסיע. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס וויסנשאַפֿטלער האָבן געפֿונען אַ פֿאַרבינדונג צווישן אַ טאַטנס דעפּרעסיע און דעם געבורט פֿון אַ זיבעלע.

די פֿאָרשער האָבן אַנאַליזירט די אינפֿאָרמאַציע פֿון 366,499 געבורטן אין שוועדן, אַרײַנגערעכנט כּמעט 17,000 צו־פֿרייִקע געבורטן. זיי האָבן אויך געהאַלטן אַ חשבון, צי איינער פֿון די עלטערן האָט במשך פֿון די צוויי יאָר פֿאַרן געבורט געהאַט באַקומען אַ דיאַגנאָז פֿון דעפּרעסיע אָדער אײַנגענומען אַנטי־דעפּרעסיע מיטלען.

בײַ די מאַמעס, וואָס האָבן „לעצטנס‟ געהאַט געקראָגן אַ דיאַגנאָז פֿון דעפּרעסיע, איז די ריזיקע פֿון האָבן אַ קינד צו פֿרי געוואַקסן אויף 34%. בײַ יענע, וואָס האָבן שוין לאַנגע יאָרן געליטן פֿון דעפּרעסיע, איז די ריזיקע געוואַקסן אויף 42%.

בײַ די טאַטעס איז אָבער געווען אַנדערש. בײַ די טאַטעס, וואָס האָבן שוין לאַנג געליטן פֿון דעפּרעסיע, איז דווקא נישט געוואַקסן די ריזיקע פֿון אַ זיבעלע, אָבער בײַ די, וועלכע האָבן ערשט לעצטנס באַקומען דעם דיאַגנאָז, איז די ריזיקע פֿון אַ זיבעלע יאָ געוואַקסן אויף 38%.

די סיבות פֿאַר וואָס דעפּרעסיע איז פֿאַרבונדן מיט אַ צו־פֿרי־געבוירן קינד איז אָבער נישט קלאָר. בײַ אַ פֿרוי קאָן עס זײַן פֿאַרבונדן מיט די אַנטי־דעפּרעסיע מעדיקאַמענטן, וואָס זי נעמט אײַן, איידער צוליב דער דעפּרעסיע אַליין.

וואָס שייך דעם מאַן, איז עס מסתּמא גיכער אַ רעזולטאַט פֿונעם סטרעס, וואָס ער רופֿט אַרויס בײַ דער פֿרוי, וועלכע טראָגט דאָס קינד.

די פֿאָרשונג האָבן דורכגעפֿירט דער „קאַראָלינסקאַ אינסטיטוט‟ און דער שטאָקהאָלמער אוניווערסיטעט, און איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם זשרונאַל BJOG — אַן אינטערנאַציאָנאַלער זשורנאַל פֿון געבורטהילף און גינעקאָלאָגיע.