No Place Like Home

8 שטילע סימנים, אַז דו לײַדסט אפֿשר פֿון צוקערקרענק

8 Silent Signs You Might Have Diabetes

  • Print
  • Share Share

די סימפּטאָמען פֿונעם „טיפּ 2‟ דיאַבעט זענען נישט תּמיד לײַכט צו דערקענען ווײַל געוויינטלעך באַווײַזן זיי זיך צו ביסלעך. בלויז 25% פֿון די מענטשן, וואָס לײַדן פֿון צוקערקרענק ווייסן אַפֿילו, אַז זיי האָבן דאָס, האָט אַ שטודיע לעצטנס איבערגעגעבן. די פּראָבלעם איז, אויב מע באַהאַנדלט נישט דיאַבעט בײַם אָנהייב אָדער בײַ דער מיטנדיקער סטאַדיע פֿון דער קראַנקייט, וואַקסט די סכּנה פֿון האַרץ־פֿעלערן, נירן־קראַנקייט, בלינדקייט און אַמפּוטירונג.

דערפֿאַר, אויב איר דערקענט עטלעכע פֿון די ווײַטערדיקע סימפּטאָמען, פֿרעגט בײַם דאָקטער, צי מע זאָל בײַ אײַך בודק זײַן דעם צוקער:

1) איר גייט אָפֿטער אין וואַשצימער:

אַ סך מענטשן כאַפּן זיך נישט, ווי אָפֿט זיי גייען אין בית־הכּסא. אויב, למשל, איר דאַרפֿט משתּין זײַן איינס אָדער צוויי מאָל אַ נאַכט, איז נאָרמאַל, אָבער אויב איר טוט עס מער ווי צוויי מאָל אַ נאַכט, קאָן עס זײַן אַ סימן פֿון דיאַבעט.

2) איר זענט מער דאָרשטיק:

ווען אַ מענטש אורינירט אַ סך, ווערט ער מער דעהידרירט און במילא — מער דאָרשטיק. אַ צאָל מענטשן באַפֿרידיקן דעם דאָרשט מיט זאַפֿט, סאָדע אָדער שאָקאָלאַד־מילעך, וואָס האָבן אַזאַ הויכן פּראָצענט צוקער, אַז דאָס מאַכט די פּראָבלעם נאָך ערגער.

3) איר פֿאַרלירט וואָג:

אמת, פֿעטע מענטשן האָבן אַ גרעסערע נטיה ווי דאַרע מענטשן צו צוקערקרענק, אָבער איינער פֿון די סימפּטאָמען פֿון דיאַבעט איז, פֿאַרקערט, דאָס פֿאַרלירן וואָג — ערשטנס, צוליב דעם וואַסער, וואָס מע פֿאַרלירט בײַם משתּין זײַן, און צווייטנס, צוליב די פֿאַרלוירענע קאַלאָריעס אין דער השתּנה. נאָך דעם ווי מענטשן דערוויסן זיך, אַז זיי האָבן די קרענק און פּרוּוון עס אײַנצאַמען, לייגן זיי אַמאָל טאַקע אָן מער וואָג, אָבער דאָס איז אַ גוטע זאַך.

4) איר הייבט פּלוצלינג אָן ציטערן און עס באַפֿאַלט אײַך אַ הונגער:

ווען אַ מענטש האָט הויכן בלוטצוקער, קומט עס אָן שווער דעם גוף צו רעגולירן די גלוקאָזע. אויב איר האָט געגעסן צו פֿיל קאַרבאָהידראַטן, שיסט דער גוף אויס אַ ביסל צו פֿיל אינסולין, און דער פּראָצענט גלוקאָזע פֿאַלט זייער גיך. דאָס קאָן גורם זײַן דאָס ציטערן און אַ פּלוצעמדיקן הונגער.

5) איר זענט מיד די גאַנצע צײַט:

ווען עמעצער מיט צוקערקרענק עסט, כּדי צו קריגן ענערגיע, ווערט דאָס עסן נישט גוט צעברעקלט אין גוף; קענען די קעמערלעך במילא עס נישט ניצן ווי געהעריק. ווי אַ רעזולטאַט, קריגט דער גוף נישט דאָס „ברענוואַרג‟, וואָס ער דאַרף, צו פֿונקציאָנירן אויף אַן ענערגישן אופֿן.

6) די ראיה איז אומקלאָר:

אין דער ערשטער סטאַדיע פֿון צוקערקרענק, קאָן די לינדז פֿונעם אויג נישט גוט פֿאָקוסירן, ווײַל ס׳זאַמלט זיך אָן גלוקאָזע אין אויג. אָבער נאָך 6־8 וואָכן וואָס אַ מענטש סטאַביליזירט זײַן בלוטצוקער, פֿאַרגייט דער סימפּטאָם.

7) זאַשפּערעס (tingling) אין די פֿיס:

אַ הויכער בלוטצוקער קאָן גורם זײַן קאָמפּליקאַציעס, נאָך איידער מע כאַפּט זיך, אַז מע האָט דיאַבעט. איין קאָמפּליקאַציע אַזאַ איז אַ קליינע שטערונג פֿון די נערוון אין די פֿיס, וואָס פֿילט ווי דער פֿוס איז פֿאַרשלאָפֿן געוואָרן.

8) אָפֿטע אורין־אינפֿעקציעס און שוואָם־אינפֿעקציעס אין דער וואַגינע

די־אָ פּראָבלעמען זענען אַ רעזולטאַט פֿון אַ הויכן פּראָצענט צוקער אין אורין און אין דער וואַגינע. אויב די אינפֿעקציעס האַלטן אין איין צוריקקומען, וועלן ס׳רובֿ דאָקטוירים טאַקע אויספֿאָרשן, צי איר האָט דיאַבעט.

אויב איר געפֿינט אויס, אַז איר האָט טאַקע אַ הויכן בלוטצוקער, פֿאָרשט אויס ווי אַזוי איר זאָלט בײַטן די דיעטע. איין עצה: עסט קאָרנברויט (rye bread) אַנשטאָט אַנדערע מינים ברויט (זעט רעצעפּט, לינקס).