No Place Like Home

דאָס הייבן געוויכטן קאָן העלפֿן דעם מוח

Lifting Weights Can Aid the Brain

  • Print
  • Share Share

נעווראָלאָגן ווייסן שוין פֿון לאַנג, אַז דאָס מאַכן פֿיזישע געניטונגען — לויפֿן, גיך שפּאַצירן, שווימען און פֿאָרן מיטן וועלאָסיפּעד — קאָנען ממשותדיק פֿאַרפּאַמעלעכן דאָס אײַנשרומפּן פֿונעם מוח, אַן אוניווערסאַלער פֿענאָמען בײַ מענטשן עלטער פֿון 50 יאָר. אַ נײַער עקספּערימענט ווײַזט, אַז דאָס הייבן געוויכטן קאָן אויך העלפֿן דעם מוח בײַ עלטערע מענטשן בלײַבן געזינטער.

אַ באַריכט וועגן דער שטודיע איז לעצטנס פּובליקירט געוואָרן אינעם Journal of the American Geriatrics Society (זשורנאַל פֿון דער „געזעלשאַפֿט פֿון אַמעריקאַנער געריאַטריקער‟)

ד״ר ליו־אַמבראָז, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון פֿיזישער טעראַפּיע, און אירע קאָלעגעס, האָבן אָבסערווירט 54 פֿרויען צווישן 65 און 75 יאָר, וואָס מע האָט סקאַנירט בײַ זיי דעם מוח און אַנטדעקט ווײַסע „לעכער‟ — אַ קלאָרער סימן פֿון אַטראָפֿירט ווערן. די פֿאָרשער האָבן אויך פֿאַרשריבן די גיכקייט און סטאַביליטעט פֿונעם גאַנג בײַ יעדער פֿרוי, און זיי דערנאָך צעטיילט אויף טראַף אין דרײַ גרופּעס.

איין גרופּע האָט מען געהייסן איין מאָל אַ וואָך הייבן לײַכטע געוויכטן מיט די אבֿרים פֿונעם אייבערשטן טייל פֿון גוף (כּדי צו פֿאַרשטאַרקן די מוסקלען פֿון דער פּלייצע, ברוסטקאַסטן און אַקסלען) און פֿונעם אונטערשטן טייל פֿון גוף (לטובֿת די מוסקלען פֿון די פּולקעס, ליטקעס און די אַנדערע טיילן פֿון פֿוס).

די צווייטע גרופּע האָט מען געהייסן מאַכן דעם זעלבן רוטין — אָבער צוויי מאָל אַ וואָך אַנשטאָט איין מאָל אַ וואָך. די דריטע גרופּע האָט אין גאַנצן נישט געהויבן קיין געוויכטן; בלויז געמאַכט לײַכטע געניטונגען, וואָס ציִען אויס די מוסקלען און פֿאַרבעסערן זייער גלײַכגעוויכט.

די פֿרויען פֿון אַלע גרופּעס האָבן געפֿאָלגט דעם רוטין במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר. בײַם סוף פֿונעם יאָר האָט מען ווידער סקאַנירט זייערע מוחות און גאַנג־פֿעיִקייטן. די רעזולטאַטן זענען געווען זייער בולט: בײַ די פֿרויען אין דער דריטער גרופּע, וואָס האָבן בכלל נישט געהויבן קיין געוויכטן, האָט מען אַנטדעקט אַ מוראדיקע פֿאַרגרעסערונג פֿון דער צאָל וווּנדן אינעם מוח, און אַ פֿאַרערגערונג פֿון זייער גאַנג; דאָס זעלבע האָט מען באַמערקט בײַ די פֿרויען, וואָס האָבן געהויבן געוויכטן בלויז איין מאָל אַ וואָך.

אָבער בײַ די וואָס האָבן געהויבן געוויכטן צוויי מאָל אַ וואָך, האָט מען געזען אַ סך ווייניקער אַטראָפֿיע פֿונעם מוח; זיי זענען אויך געגאַנגען גיכער און גלאַטיקער ווי די פֿרויען אין די אַנדערע צוויי גרופּעס.

ס׳איז, אַ פּנים, נישט גענוג צו באַזוכן דעם געניטונג־זאַל בלויז איין מאָל אַ וואָך. מע דאַרף גיין אַהין, צום ווייניקסטן, צוויי מאָל אַ וואָך, אויב מע וויל האַלטן דעם מוח (רעלאַטיוו) יונג און שטאַרק. איידער איר הייבט אָן הייבן געוויכטן, זאָלט איר זיך אָבער באַראַטן מיטן טרענירער פֿונעם געניטונג־זאַל, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז איר טוט עס ריכטיק.