No Place Like Home

5 זאַכן וואָס איר זאָלט נישט טאָן, ווען איר זענט מיד

5 Things You Shouldn’t Do When You’re Tired

  • Print
  • Share Share

אָט זענען 5 זאַכן אויסצומײַדן ווען איר האָט זיך נישט גוט אויסגעשלאָפֿן:

1. טרינקט נישט קיין געטראַנקען מיט קאַפֿעיִן:

עס דאַכט זיך, אַז דאָס טרינקען קאַווע איז דער בעסטער מיטל צו בלײַבן וואַך, ווען איר זענט נישט אויסגעשלאָפֿן אָדער האָט נישט קיין ענערגיע. האַלט אָבער אין זינען, אַז נאָך 5 שעה פֿאַרלירט מען דעם עפֿעקט פֿונעם קאַפֿעיִן און מע הייבט שוין ווידער אָן צו גענעצן. און אויב איר טרינקט קאַווע נאָך 1:00, קאָנט איר האָבן שוועריקייטן בײַם אַנטשלאָפֿן ווערן בײַ נאַכט. דאָס קומעדיקע מאָל וואָס איר פֿילט זיך אויסגעמאַטערט, קײַט אַ שטיקל קײַ־גומע געמאַכט פֿון פֿעפֿערמינץ, וואָס סטימולירט די נערוון אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן.

2. הייבט נישט אָן קיין קריגערײַ מיט אײַער זיווג:

ווען איר זענט מיד, קען אַ פּשוטע חילוקי־דעות צווישן אײַך אַרויסרופֿן מער ביטערקייט ווי געוויינטלעך, ווײַל דאָס נישט שלאָפֿן גענוג מאַכט עס שווערער צו קאָנטראָלירן די אייגענע עמאָציעס.

3. כאַפּט נישט קיין לאַנגן דרעמל:

ס׳איז גוט צו כאַפּן אַ דרעמל, אָבער נישט צו לאַנג און נישט שפּעט אין טאָג; ווײַל דערנאָך וועט איר פּשוט נישט שלאָפֿן גוט בײַ נאַכט, און בלײַבן מיד דעם צווייטן טאָג. דאָס בעסטע איז צו כאַפּן אַ דרעמל נישט שפּעטער ווי 1:00 נאָך מיטאָג, און זען, אַז עס זאָל נישט דויערן מער ווי אַ האַלבע שעה.

4. עסט נישט קיין שפּײַז, וואָס האָט אַ סך פֿעטס און קאַלאָריעס:

ווען מ׳איז מיד, זוכט דער גוף די פּרימיטיווסטע הנאות, ווי, למשל, אומגעזונטע צובײַסנס (junk food, בלע״ז), ווײַל ווען מע עסט אַזוינע זאַכן, מאַכט עס אײַך גליקלעך. אויב איר האָט נישט קיין כּוח צו מאַכן אַן אייגענע מאָלצײַט, באַשטעלט גרינסן און אַ ווייניק־פֿעטיקן פּראָטעיִן ווי הינדל מיט ברוינעם רײַז.

5. נעמט זיך נישט אונטער אַ וויכטיקן פּראָיעקט:

אויב איר האָט בדעה אָנצוהייבן א נײַע איניציאַטיוו, אָדער איר דאַרפֿט פֿירן אַ וויכטיקן שמועס מיט אײַער באַלעבאָס, וואַרט אויף אַ טאָג, ווען איר זענט גוט אויסגעשלאָפֿן. שטודיעס ווײַזן אָן, אַז דערוואַקסענע, וואָס שלאָפֿן נישט גענוג, מאַכן באַשלוסן וואָס שפּעטער האָבן זיי חרטה דערפֿון. די סיבה דערפֿאַר איז, ווײַל ווען מ׳איז מיד, איז שווערער אָפּצוטיילן די פּאָזיטיווע זאַכן פֿון די נעגאַטיווע. דער בעסטער אופֿן צו טאָן אַ גוטע אַרבעט איז זיך אויסצושלאָפֿן.