No Place Like Home

ווען אַן אומשולדיקע בקשה קלינגט ווי אַ דראָונג

When an Innocent Request Sounds Ominous

  • Print
  • Share Share

מײַן טאַטע ע״ה איז געווען זייער אַ וואַרעמער מענטש, אָבער פֿון צײַט צו צײַט, ווען ער איז נישט געווען צופֿרידן מיט אַ געוויסן זאָג אָדער אַקציע פֿון זײַנעם אַ נאָענטן, האָט ער זיך נישט געשעמט צו געבן אים אַ פּסק.

טאַקע דערפֿאַר פֿלעג איך זיך תּמיד זאָרגן, ווען ער האָט מיר פֿאָרגעלייגט גיין מיט אים אויף אַ טעפּל קאַווע. וויסנדיק, ווי פֿאַרנומען ער איז תּמיד געווען בײַ דער אַרבעט, האָב איך אויסגעטײַטשט „דאָס טעפּל קאַווע‟ ווי אַ רמז, אַז ער איז נישט צופֿרידן מיט עפּעס, וואָס איך האָב געזאָגט אָדער געטאָן. אַ מאָל האָט ער טאַקע געהאַט עפּעס אַ טענה צו מיר, אָבער געוויינטלעך האָב איך זיך אומזיסט געזאָרגט; ער האָט, אַ פּנים, פּשוט געוואָלט כאַפּן אַ פֿרײַנדלעכן שמועס מיט זײַן עלטסטער טאָכטער.

איך האָב זיך דערמאָנט אין דעם, לייענענדיק אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿון אַדאַם גאַלינסקי, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער געשעפֿט־שול אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, וועגן דעם פּחד, וואָס אַ מענטש דערפֿילט, ווען זײַן באַלעבאָס אָדער אַן אַנדער מין אויטאָריטעט־פֿיגור זאָגט אים, אַז ער דאַרף מיט אים עפּעס „אַרומרעדן‟ (//www.nytimes.com/2015/08/16/jobs/when-youre-in-charge-your-whisper-may-feel-like-a-shout.html?_r=0).

פּראָפֿ׳ גאַליסנקי דערציילט, ווי ער האָט אַליין אַ מאָל געזאָגט צו איינער פֿון זײַנע דאָקטאָראַנטקעס: „גייל, איך דאַרף מיט אײַך רעדן. קענט איר צוקומען צו מײַן ביוראָ 3:00?‟ גייל איז געקומען צו דער צײַט, און אויסגעזען אַ ביסל פֿאַרזאָרגט. ער האָט איר געוויזן עטלעכע קליינע ענדערונגען אין זייער בשותּפֿותדיקער פֿאָרש־אַרבעט, און דערנאָך פֿרײַנדלעך געמאָלדן, אַז ער דאַרף איצט גיין אין קלאַס. מיט אַ שטרענגער מינע האָט גייל געזאָגט: „כ׳בעט אײַך, איר זאָלט מער נישט טאָן אַזוינס!‟

„טאָן וואָס?‟ האָט גאַלינסקי, אַ צעטומלטער, געפֿרעגט.

„איר האָט מיך דערשראָקן אויף טויט מיט אײַער זאָג, אַז מיר דאַרפֿן זיך טרעפֿן!‟ האָט זי געענטפֿערט. „אַ גאַנצן טאָג האָב איך זיך אומזיסט געזאָרגט, אַז איך האָב געטאָן עפּעס שלעכטס!‟

נאָך דעם ווי גאַלינסקי האָט געהאַט אַן ענלעכע איבערלעבונג מיט זײַן אייגענעם באַלעבאָס, האָט ער אָנגעהויבן שטודירן די פּסיכאָלאָגישע עפֿעקטן פֿון מאַכט, און ווי אַזוי די ווערטער פֿון אַן אויטאָריטעט־פֿיגור קאָן אָננעמען אַ דראָענדיקן טאָן בײַ די מענטשן וואָס האָבן ווייניקער מאַכט ווי זיי.

די פּראָבלעם, זאָגט ער, איז, אַז די מעכטיקע ווייסן אָפֿט מאָל נישט דעם כּוח פֿון זייערע ווערטער. ער גיט איבער דרײַ מינים קאָמוניקאַציעס, וואָס מענטשן בײַ דער מאַכט ניצן אויס — אָפֿט מאָל אומבאַוווּסטזיניק — איבער אַנדערע מענטשן:

1) דורך דירעקטער קאָמוניקאַציע:

גאַלינסקי דערציילט ווי ער האָט איין מאָל, אין זײַן ערשטן יאָר ווי אַ דאָקטאָראַנט, פֿאָרגעלייגט אַ געדאַנק אין קלאַס. „דאָס איז אין גאַנצן נישט ריכטיק!‟ האָט דער פּראָפֿעסאָר אים פֿעסט אָפּגעענטפֿערט. די נעגאַטיווע רעאַקציע פֿונעם פּראָפֿעסאָר האָט גאַלינסקין אַ שטאָך געטאָן, אָבער ער האָט געשוויגן. מיט עטלעכע טעג שפּעטער, האָט יענער פּראָפֿעסאָר, זעענדיק גאַלינסקין אין קאָרידאָר, אים געגעבן אַ שמייכל און געזאָגט, אַז ער האָט הנאה געהאַט פֿון איינער פֿון זײַנע אַרבעטן. „איר זענט אַ גוטער שרײַבער,‟ האָט ער באַמערקט. הערנדיק דעם קאָמפּלימענט, האָט גאַלינסקי זיך צעשטראַלט פֿאַר פֿרייד.

„דער בײַשפּיל אילוסטרירט ווי סײַ די פּאָזיטיווע, סײַ די נעגאַטיווע רעאַקציעס פֿון מעכטיקע פֿיגורן קאָנען גרינג אָננעמען אַ סך מער וואָגיקייט ווי זיי ווייסן אַליין,‟ שרײַבט גאַלינסקי.

2) דורך שווײַגן:

אַ יונגערמאַן איז איין מאָל געפֿלויגן פֿון קאָלאָראַדאָ קיין מאָנטאַנע, און פּלוצלינג איז דער עראָפּלאַן אַראָפּגעפֿאַלן כּמעט 1,000 פֿוס (305 מעטער) אין בלויז 12 סעקונדעס. ווי אַ רעזולטאַט, האָט אַ סטואַרדעסע פֿאַרוווּנדיקט דעם קאָפּ אַזוי שווער, אַז זי האָט פֿאַרלוירן דאָס באַוווּסטזײַן, און אַן עופֿעלע איז „אַרויסגעשאָסן געוואָרן‟ אין דער לופֿטן, אָבער איז, צום גליק, נישט צעקלאַפּט געוואָרן. נישט געקוקט אויף דעם אומגעריכטן פֿאַלן פֿונעם עראָפּלאַן, האָט דער פּילאָט נישט געזאָגט קיין וואָרט די פּאַסאַזשירן. דער יונגערמאַן האָט שטאַרק געוואָלט הערן עפּעס אַ באַרויִקונג־וואָרט פֿון די מענטשן, וואָס פֿירן דעם עראָפּלאַן, און האָט זיך דערשראָקן, אַז אפֿשר איז דער פּילאָט אַליין פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, אָדער אפֿשר איז דער עראָפּלאַן צעשעדיקט געוואָרן און וועט אָט־אָט אַראָפּקראַכן.

דער פּילאָט האָט, אַ פּנים, שוין געוווּסט, אַז אַלץ איז ווידער אין אָרדענונג, איז אים נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז זײַנע פּאַסאַזשירן דאַרפֿן דאָס אויך וויסן.

3) דורך אומקלאָרע אָדער צוויי־טײַטשיקע קאָמענטאַרן:

גאַלינסקיס זאָג צו דער דאָקטאָראַנטקע, גייל — „איך דאַרף מיט אײַך רעדן‟ — קאָן אויסגעטײַטשט ווערן אויף פֿאַרשידענע אופֿנים. די טעמע פֿונעם שמועס קאָן זײַן סתּם אַ קלייניקייט, אָדער עפּעס זייער וויכטיקס. צוליב דעם וואָס אַן אויטאָריטעט־פֿיגור האָט טעאָרעטיש דעם כּוח צו „באַשטראָפֿן‟ אַנדערע, קאָנען אַפֿילו זייערע אומשולדיקע בקשות אומזיסט אַרויסרופֿן זאָרג.

די מיספֿאַרשטענדענישן קאָנען אָבער גרינג געלייזט ווערן. די מענטשן, וואָס האָבן אַ כּוח איבער אַנדערע, דאַרפֿן זײַן מער סענסיטיוו צו דעם ווי אַזוי זייער קאָמוניקאַציע (אָדער זייער שווײַגן) קאָן ווירקן אויף אַנדערע. אויב אַ פּראָפֿעסאָר אָדער באַלעבאָס דאַרף רעדן וועגן עפּעס אַן ענין מיט אַ סטודענט אָדער אַרבעטער, קאָן ער צוגעבן מיט אַ שמייכל: „אָבער זאָרג זיך נישט, ס׳איז גאָרנישט שלעכטס!‟