No Place Like Home

וואָס טוט מען מיט אַ פּלוידערזאַק?

How to Deal With a Chatterbox

פֿון Reader’s Digest

  • Print
  • Share Share

אַלע קענען מיר פּאַרשוינען, וואָס הערן נישט אויף צו פּלאַפּלען. ד״ר אַרט מאַרקמאַן, אַ פּסיכאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר אינעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט, און דער מחבר פֿונעם בוך Smart Change, זאָגט, אַז די קאָמפּולסיווע רעדערס „נייטיקן זיך אין געזעלשאַפֿטלעכע אויסבײַטן. דערפֿאַר זוכן זיי אויס אַ ׳קרבן׳, ס׳מאַכט נישט אויס ווער עס איז. זיי דערשמעקן אַ געלעגנהייט צו זײַן געזעלשאַפֿטלעך, און טשעפּען זיך גלײַך צו‟.

ווי אַזוי קען מען אָפּשטעלן די דאָזיקע פּלוידערזעק? דזשעניפֿער קאַליטאַ, אַ קאָמוניקאַציע־ספּעציאַליסטין, זאָגט: „אויב איר גרייט זיך אָנצוהייבן אַ זיצונג, און איר ווייסט, אַז עס זיצט דאָרט אַ ׳פּלאַפּלער׳, זאָגט גלײַך פֿון אָנהייב: ׳איך מוז שליסן די זיצונג 3:00, איז לאָמיר זיך נעמען גלײַך צום ענין.‟ ווען איר שטעלט אַזאַ שטרענגע באַגרענעצונג, גיט עס אײַך אַ גוטן תּירוץ איבערצורײַסן יענעם, ווען ער צערעדט זיך.

אַ צווייטע סטראַטעגיע, זאָגט לעסלי בעט וויש, אַ פּסיכאָטעראַפּעפֿטין, איז איבערצוחזרן וואָס יענער זאָגט. למשל, אויב ער רעדט נײַן מאָס רייד וועגן אַ געוויסן פֿילם, זאָגט אים: „עס געפֿעלט מיר וואָס איר זאָגט, אָבער איך וויל פּשוט זײַן זיכער, אַז איך פֿאַרשטיי וואָס איר מיינט…‟ אַזוי אַרום וועט איר אים צווינגען זיך צו פֿאָקוסירן אויף דער טעמע, און נישט סתּם רעדן אין דער וועלט אַרײַן.

אויב איר האָט אַ גוטן פֿרײַנד, וואָס איז גענייגט צו פֿירן מאָנאָלאָגן, אָבער איר ווילט נישט קאַליע מאַכן די חבֿרשאַפֿט, עצהט קאַליטאַ צו פּלאַנירן אַקטיוויטעטן, וווּ מע רעדט בכלל נישט: „גייט אין קינאָ אָדער באַטייליקט זיך אין אַ ׳זומבאַ׳־קלאַס צוזאַמען, אַנשטאָט צו עסן אין אַ רעסטאָראַן.‟

אויב דער באַרעדעוודיקער איז אַ נאָענטער קרובֿ אין שטוב, און איר ווילט אויפֿהאַלטן שלום־בית, טוט עפּעס ניצלעכס בעת ער/זי רעדט: וואַשט דאָס געפֿעס, לייגט צונויף די וועש אָדער קערט אויס די צימערן. אַזוי וועט איר נישט טראָגן אַ האַרץ קעגן אים, אַז ער פּטרט אײַער צײַט.

ס׳איז אויך וויכטיק צו זײַן אַ מבֿין אויף זיך אַליין. איז מעגלעך, אַז איר זענט אַליין, נישט־וועלנדיק, אַ ביסל צו באַרעדעוודיק? מאַכט אַ טעסט, זאָגט קאַליטאַ. „ווען אײַער פֿרײַנד דערציילט עפּעס, זעט, צי איר הערט זיך טאַקע צו צו אים, אָדער טראַכט איר שוין וועגן דעם, וואָס איר וועט אַליין באַלד זאָגן? ווען אײַער פֿרײַנד דערציילט אַ געשיכטע מיט אַן אַליגאַטאָר, גלוסט זיך אײַך צו דערציילן אַ נאָך מער שאָקירנדיקע געשיכטע וועגן אַן אַליגאַטאָר?

„און נאָך וויכטיקער: שטעלט איר דעם דערציילער פֿראַגעס? אַן אמתער שמועס הייסט, אַז ביידע צדדים הערן זיך צו איינער צום צווייטן, און רעאַגירן טאַקע אויף דעם וואָס זיי זאָגן.

אין געוויסע פֿאַלן איז אַ מענטש אָבער באַרעכטיקט צו דאָמינירן אין דעם שמועס. אויב אײַער טאָכטער איז פֿאַרקנסט געוואָרן; אויב איר האָט, חלילה, פֿאַרלוירן אײַער אַרבעט, אָדער אויב איר האָט געוווּנען אין דער לאָטעריע — דאָס הייסט, אויב ס׳איז אַ גרויסער מאָמענט אין אײַער לעבן (גוט, צי שלעכט) — מעגט איר אַליין אָננעמען אַ פֿולן מאָס רייד!