No Place Like Home

9 שפּײַזן וואָס מע זאָל נישט האַלטן אין פֿרידזשידער

9 Foods You Shouldn’t Refrigerate

  • Print
  • Share Share

1. ציבעלעס: די פֿײַכטקייט פֿונעם אײַזקאַסטן מאַכט זיי ווייך און פֿאַרשימלט. לייגט זיי אין אַ קיל, טריקן אָרט — אָבער ווײַט פֿון די קאַרטאָפֿליעס; אַנישט וועלן זיי ביידע גיך קאַליע ווערן;

2. געמאָלענע קאַווע: אין אײַזקאַסטן פֿאַרלירט קאַווע דעם טעם. אין פֿרירער איז בעסער. (תּיכּף־קאַווע מעג מען אָבער יאָ האַלטן אין פֿרידזשידער.);

3. איילבערט־בוימל: ווען מע האַלט אים אין פֿרידזשידער, ווערט ער געדיכט ווי פּוטער. לאָזט עס גיכער בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור;

4. באַזיליק־בלעטער: לייגט זיי אין אַ טעפּל פֿריש וואַסער אין דער שטוב־טעמפּעראַטור, ווײַל אין פֿרידזשידער ווערן זיי גיך שוואַרץ און פֿאַרוויאַנעט;

5. קנאָבל ווערט גיך פֿאַרשימלט אין פֿרידזשידער. האַלט עס דעריבער אין אַ קיל, טריקן אָרט;

6. ברויט וועט זיך אויסטריקענען אין פֿרידזשידער. אויב ס׳איז שוין צערעפֿטלט, האַלט עס אין פֿרירער; אויב נישט — אויפֿן קאָכטיש;

7. אַוואָקאַדאָס דאַרף מען קויפֿן, ווען זיי זענען נאָך האַרט, און צײַטיקן זיי אין דער שטוב־טעמפּעראַטור, ביז זיי ווערן ווייך;

8. קאַרטאָפֿל: ווען מע האַלט קאַרטאָפֿל אין פֿרידזשידער, ווערט דער קראָכמאַל פֿאַרוואַנדלט אין צוקער, און זיי נעמען אָן אַן אומאײַנגענעם־זיסלעכן טעם. האַלט זיי גיכער אין אַ פּאַפּירענעם זעקל אין אַ קיל, טרוקן אָרט;

9. פּאָמידאָרן פֿאַרלירן דעם גאַנצן טעם אין פֿרידזשידער, ווײַל די קאַלטע לופֿט לאָזט זיי נישט זיך צײַטיקן. לאָזט זיי אין דער שטוב־טעמפּעראַטור.