No Place Like Home

קײַלעכלעך פֿון סטאַשקע־שמיר מיט האָבערגריץ

Peanut Butter Oat Balls

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

1/2־1 טעפּלעך נישט־געקאָכטער האָבערגריץ

1/2 טעפּל צעמאָלענער לײַנזוימען (ground flax seeds)

1/2 טעפּל קליינע שאָקאָלאַד־טשיפּקעלעך

1 טעפּל סטאַשקעשמיר

1/4 טעפּל האָניק

1/2 לעפֿעלע וואַניל

מישט צונויף דעם האָבערגריץ, צעמאָלענעם לײַן און שאָקאָלאַד־טשיפּקעלעך אין אַ גרויסער שיסל.

ניצנדיק אַ הילצערנעם לעפֿל, מישט אַרײַן דעם סטאַשקעשמיר, האָניק און וואַניל. דאָס געמיש וועט ווערן גאַנץ געדיכט.

קנייט אויס דאָס טייג אין קײַלעכלעך די גרייס פֿון אַ לעפֿל. לייגט די קײַלעכלעך אַרײַן אין אַ גלעזערנעם אָדער פּלאַסטישן קעסטל, וואָס לאָזט נישט אַרײַן קיין לופֿט, ווען מע דעקט אים צו. לייגט אַ בויגן וואַקס־פּאַפּיר צווישן די שיכטן קײַלעכלעך, כּדי זיי זאָלן זיך נישט צוקלעפּן איינס צום צווייטן. האַלט עס אין פֿרידזשידער, ביז עס גלוסט זיך אײַך אַ נאַש.