No Place Like Home

ווייניק־פֿעטיקער שאָקאָלאַד־פּודינג

Low-Fat Chocolate Pudding

  • Print
  • Share Share

1/3 טעפּל ברוינער צוקער
2 לעפֿל קוקורוזע־קראָכמאַל (cornstarch)
1/8 לעפֿעלע זאַלץ
14 אונץ (396 גראַם) אָן־פֿעטיקע אויסגעדאַמפּטע מילעך
ווײַסלעך פֿון 2 אייער, צעקלאַפּט
1 לעפֿל + 1 לעפֿעלע וואַניל
2 לעפֿל האַלב־זיסע שאָקאָלאַד־טשיפּקעלעך
2 לעפֿל ווײַסע שאָקאָלאַד־טשיפּקעלעך
1/4 טעפּל קאַקאַו־פּראָשיק (אָן צוקער)

מישט צונויף דעם ברוינעם צוקער, קראָכמאַל און זאַלץ אין אַ טאָפּ, און דערנאָך — די אויסגעדאַמפּטע מילעך און ווײַסלעך, ביז ס׳איז אַלץ גוט אויסגעמישט. קאָכט איבער אַ מיטל־קליינעם פֿײַער, מישנדיק כּסדר, ביז עס ווערט געדיכט — בערך 10 מינוט. דרייט אָפּ דאָס פֿײַער און גיט אַרײַן 1 לעפֿל וואַניל.

גיסט אַרײַן אַ העלפֿט פֿונעם געמיש אין אַ גלעזערנער אָדער מעטאַלענער שיסל. מישט אַרײַן די האַלב־זיסע און ווײַסע שאָקאָלאַד־טשיפּקעלעך, קאַקאַו־פּראָשיק און 1 לעפֿעלע וואַניל, ביז די טשיפּקעלעך צעשמעלצן זיך.

גיסט אַרײַן דעם שאָקאָלאַד־פּודינג אין באַזונדערע גלעזלעך, און איבער דעם — דעם וואַניל־פּודינג. באַדעקט מיט פּלאַסטיק און שטעלט אַרײַן אין פֿרידזשידער ביז עס ווערט פֿעסט, צום ווייניקסטן — 2 שעה. גאַרנירט יעדע פּאָרציע מיטן געבליבענעם צעשניטענעם שאָקאָלאַד.