No Place Like Home

ווייך בעטגעוואַנט אַ סכּנה פֿאַר נײַ־געבוירענע קינדער

Soft Bedding is Unsafe for Infants

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share
אַנשטאָט אַ קאָלדרע זאָל מען אײַנוויקלען דאָס עופֿעלע אין אַ וואַרעם שלאָפֿזעקל

די גרעסטע זאָרג בײַ די עלטערן פֿון עופֿעלעך הײַנט־צו־טאָג איז, חלילה, אַ פּלוצעמדיקער טויט, אָדער ווי מע רופֿט עס בלע״ז — crib death. הגם די עקספּערטן זענען עד־היום נישט זיכער, פֿאַר וואָס אַזאַ זאַך טרעפֿט מיט געוויסע פּיצעלעך קינדער, האַלט מען, אַז די סיבה איז, אָפֿט מאָל, ווײַל דאָס קינד האָט זיך דערשטיקט.

איין קלאָרע סכּנה פֿאַר נײַ־געבוירענע קינדער איז די סחורה, מיט וועלכער מע לייגט זיי שלאָפֿן אין וויג. לויט אַ פֿעדעראַלער שטודיע פּובליקירט די וואָך אינעם זשורנאַל Pediatrics, שלאָפֿן כּמעט 55% עופֿעלעך באַדעקט מיט ווייכע קאָלדרעס, פּוכיקע פּערענעס אָדער קישנס, נישט געקוקט אויף דער סטאַטיסטיק, אַז אַזאַ סאָרט בעטגעוואַנט פֿאַרגרעסערט בײַ פּיצלעך קינדער די מעגלעכקייט פֿון דערשטיקט ווערן. אַז מע לייגט דאָס קינד שלאָפֿן מיטן פּנים אַראָפּ — איז די סכּנה נאָך גרעסער.

די נײַע שטודיע האָט אַנאַליזירט די אינפֿאָרמאַציע, געזאַמלט פֿון דער „נאַציאָנאַלער שטודיע וועגן דער שלאָף־פּאָזיציע פֿון פּיצלעך קינדער‟, צווישן די יאָרן 1993 און 2010; די פֿאָרשער האָבן טעלעפֿאָניש אויסגעפֿרעגט כּמעט 19,000 עלטערן, וואָסערע מין בעטגעוואַנט זיי האָבן געניצט פֿאַר זייערע נײַ־געבוירענע קינדער.

הגם מע האָט נישט געפֿרעגט די עלטערן די סיבות, פֿאַר וואָס זיי האָבן געניצט געוויסע מינים בעטגעוואַנט, האָבן אַנדערע שטודיעס שוין אָנגעוויזן, אַז עלטערן זאָרגן זיך, אַז זייערע עופֿעלעך זאָל, חלילה, נישט קאַלט ווערן, אָדער אַז דער מאַטראַץ פֿונעם וויג איז אפֿשר צו האַרט און אומבאַקוועם פֿאַר זיי.

ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, ווייסן אַ סך טאַטעס און מאַמעס נישט, אַז מע טאָר נישט אונטערלייגן אָדער באַדעקן אַ פּיצל קינד מיט אַ קאָלדערע. אין אַן אַרטיקל וועגן דער שטודיע, פּובליקירט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ די וואָך, האָט קאַרי שאַפּיראָ־מענדאָזאַ, אַ פֿאַרמערונג־עקספּערט אינעם „צענטער פֿון קראַנקייט־קאָנטראָל‟ און די הויפּט־מחברטע פֿון דער שטודיע, באַמערקט: „די הײַנטיקע עלטערן ווערן באַוואָרפֿן מיט געמישטע סיגנאַלן וועגן דעם ענין. פֿון איין זײַט, הערן זיי די וואָרענונגען קעגן דעם, אַז מע זאָל נישט אונטערלייגן קליינע קינדער קיין קישנס אָדער באַדעקן זיי מיט ווייכע קאָלדרעס, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, זעען זיי אָפֿט מאָל שיינע פֿאָטאָגראַפֿיעס אין די משפּחה־זשורנאַלן פֿון קינדער, וואָס שלאָפֿן דווקא יאָ אויף אַ קישעלע. אַנדערע עלטערן פֿילן, אַז זיי האָבן נישט קיין ברירה, ווײַל אויב אַ קרובֿה גיט אַ מתּנה דעם נײַ־געבוירן קינד אַ ווייכע קאָלדרע, פֿילן זיי זיך מתחייבֿ עס טאַקע צו ניצן, ווײַל אויב נישט, וועט די קרובֿה זיך אפֿשר באַליידיקן.‟

שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס איז טאַקע דער זיכערסטער אופֿן צו לייגן אַ פּיצל קינד שלאָפֿן? ערשטנס, זאָל מען עס לייגן בלויז אויף דער פּלייצע אין אַ וויג — קיין מאָל נישט אין אַ בעט פֿאַר דערוואַקסענע אָדער אויף אַ סאָפֿע. צווייטנס, זאָל די וויג האָבן אַ פֿעסטן מאַטראַץ, באַדעקט בלויז מיט אַ דינעם לײַלעך, וואָס מע ציט איבער די קאָנטורן פֿונעם מאַטראַץ (fitted sheet, בלע״ז). דריטנס, זאָל מען אַנשטאָט אַ קאָלדרע אײַנוויקלען דאָס עופֿעלע אין אַ וואַרעם שלאָפֿזעקל, ווײַל אַזוי וועט דאָס קינד נישט פֿאַרפּלאָנטערט ווערן אין אים.

און טאָמער ווילט איר שענקען אַ נײַ־געבוירן קינד אַ מתּנה, קויפֿט עס גיכער שיינע בילדער און אַנדערע דעקאָראַציעס, וואָס מע קען אויפֿהענגען בײַ זײַן וויג אָדער אויף דער וואַנט אין זײַן שלאָפֿצימער.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.