No Place Like Home

ווייניק־באַקאַנטע עצות ווי צו פֿאַרלירן וואָג

Lesser Known Ways to Lose Weight

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share
טשעפּעט צו אַ פּעדאָמעטער צו אײַער מלבוש, וועט איר קענען מעסטן וויפֿל טריט איר מאַכט יעדן טאָג

מיר ווייסן אַלע די צוויי וויכטיקסטע תּקנות בײַם פֿאַרלירן וואָג: נעמט אַרײַן ווייניקער קאַלאָריעס בײַם עסן, און „פֿאַרברענט‟ מער קאַלאָריעס דורך פֿיזישע געניטונגען. דאָס בוך Stealth Health גיט אָבער אַ צאָל אַנדערע, ווייניק־באַקאַנטע עצות, וואָס קענען אײַך צוהעלפֿן בײַם ווערן אַ ביסל שלאַנקער:

  1. טרינקט אַ סך וואַסער: אויב איר ווילט טרינקען מאַראַנצן־זאַפֿט בײַ פֿרישטיק, איז אַדרבא, אָבער במשך פֿונעם טאָג זאָלט איר טרינקען בלויז וואַסער.
  1. איין מאָל אַ וואָך — רייניקט עפּעס מיט אַלע כּוחות: עס קען זײַן אַ שמוציקע פּאָדליגע, עטלעכע פֿענצטער, די וואַנע אָדער אײַער אויטאָ. דער עיקר איז, איר זאָלט רײַבן אַזוי שטאַרק ווי איר קענט, און דערבײַ וועט איר קאָנען אָפּברענען בערך 120 קאַלאָריעס.

  2. וואַרט ביז עס בורטשעט אײַך אין בויך, איידער איר נעמט עפּעס עסן: אָפֿט מאָל עסן מיר בלויז, ווײַל עס נודיעט אונדז, אָדער ווײַל מיר זאָרגן זיך וועגן עפּעס. ווי קענט איר וויסן, אַז איר זענט טאַקע הונגעריק? אויב איר וואָלט אין יענעם מאָמענט געגעסן אַלץ, וואָס מע גיט אײַך אין דער האַנט אַרײַן — דאָס איז אַ סימן, אַז איר זענט טאַקע הונגעריק.

  3. גיט אַ שמעק אַ באַנאַנע, אַ גרינעם עפּל אָדער פֿעפֿערמינץ: ס׳קלינגט מאָדנע, אָבער ס׳איז טאַקע אַ גוטע עצה. אַ שטודיע דורכגעפֿירט פֿון ד״ר אַלאַן הירש אין שיקאַגע פֿאַראַיאָרן האָט געוויזן, אַז ווען מענטשן האָבן געשמעקט איינע פֿון די דרײַ שפּײַזן, איז זייער הונגער נעלם געוואָרן, און ווי אַ פּועל־יוצא האָבן זיי טאַקע פֿאַרלוירן וואָג. ד״ר הירש האַלט, אַז בלויז דאָס שמעקן די פֿרוכט קאָן אָפּנאַרן דעם מוח, אַז איר האָט דעם פֿרוכט טאַקע געגעסן.

  4. עסט אין אַ בלאָ־דעקאָרירטער סבֿיבֿה: האָט איר אַ מאָל באַמערקט, אַז עס געפֿינט זיך ווייניק בלאָ אין אַ רעסטאָראַן? די סיבה איז, ווײַל די אייגנטימער ווייסן, אַז דער בלאָער קאָליר שוואָכט אָפּ דעם אַפּעטיט. עסט אײַערע מאָלצײַטן אין בלאָע טעלער, באַדעקט דעם טיש מיט אַ בלאָען טישטעך און טראָגט אַפֿילו בלאָע קליידער בײַם טיש. מײַדט אויס די פֿאַרבן רויט, געל און אָראַנזש ווען איר עסט, ווײַל יענע קאָלירן דערוועקן דווקא דעם אַפּעטיט.

  5. עסט זיצנדיק פֿאַרן שפּיגל: אַ געוויסע שטודיע גיט איבער, אַז ווען אַן איבערוואָגיקער מענטש עסט פֿאַר אַ שפּיגל, עסט ער מיט אַ דריטל ווייניקער. דער שפּיגל דערמאָנט אים, אַ פּנים, פֿאַר וואָס ער דאַרף פֿאַרלירן וואָג.

  6. גייט אַרויף און אַראָפּ די טרעפּ: יעדן טאָג זאָלט איר צען מינוט לאַנג אַרויפֿ־ און אַראָפּגיין די שטיגן. אויב איר האַלט זיך בײַ דעם, וועט איר פֿאַרלירן בערך 10 פֿונט אַ יאָר.

  7. יעדע צוויי שעה — כאַפּט אַרײַן אַ 5־מינוטיקן שפּאַציר: אויב איר זיצט בײַ אַ שרײַבטיש אַ גאַנצן טאָג, געדענקט יעדע צוויי שעה צו גיין אויף אַ גיכן שפּאַציר. נישט נאָר וועט עס העלפֿן אָפּברענען די קאַלאָריעס, וואָס איר האָט אײַנגענומען אין די מאָלצײַטן, עס וועט אויך פֿאַרהיטן, אַז איר זאָלט נישט גיין זוכן אַ נאַש.

  8. עסט פּאַמעלעכער: ווען איר עסט אַ מאָלצײַט, לייגט אַוועק אײַער גאָפּל אָדער לעפֿל און זיפּט וואַסער צווישן יעדן ביסן. ס׳איז אויך גוט צו עסן צוזאַמען מיט אַ צווייטן מענטשן, און דערציילן איינער דעם אַנדערן וועגן אינטערעסאַנטע געשעענישן וואָס איר האָט געהאַט. בדרך־כּלל, דויערט אַרום 20 מינוט, ביז דער בויך שיקט אַ סיגנאַל דעם מוח, אַז איר זענט מער נישט הונגעריק. וואָס פּאַמעלעכער איר עסט, אַלץ שטאַרקער די מעגלעכקייט, אַז אײַער מוח וועט באַקומען דעם זאַטקייט־סיגנאַל, און „אויסלעשן‟ אײַער הונגער.

  9. גייט אויף אַ שפּאַציר פֿאַר דער וועטשערע: אַ שטודיע פֿון 10 פֿעטע פֿרויען אין שאָטלאַנד האָט אָנגעוויזן, אַז אַ 20־מינוטיקער שפּאַציר פֿאַר דער וועטשערע שוואַכט אָפּ דעם אַפּעטיט און גיט אַ געפֿיל פֿון זאַטקייט.

  10. אויב איר טרעפֿט זיך מיט אַ פֿרײַנד, טוט עפּעס אַקטיווס צוזאַמען: אַנשטאָט צו זיצן אין קינאָ אָדער אין רעסטאָראַן, גייט אויף אַ נאַטור־שפּאַציר אין פּאַרק אָדער איבער דער שטאָט; שפּילט טעניס; פֿאָרט אויף אַ וועלאָסיפּעד אָדער גייט אויף אַ קעגליעשפּיל.

  11. טוט אָן אַ פּעדאָמעטער: אויב איר טשעפּעט צו אַ פּעדאָמעטער צו אײַער מלבוש, וועט איר קענען מעסטן וויפֿל טריט איר מאַכט יעדן טאָג. נישט־אַקטיווע מענטשן מאַכן אַרום 2,000־3,000 טריט אַ טאָג. אויב איר מאַכט 5,000 טריט אַ טאָג, וועט איר מסתּמא מער נישט אָנלייגן קיין פֿונט, און אויב איר גייט נאָך מער ווי דאָס, וועט איר אַפֿילו פֿאַרלירן וואָג.

  12. עסט שפּײַזן פֿול מיט וואַסער: זוקיני, פּאָמידאָרן, אוגערקעס, זופּן און סאַלאַטן וועלן אײַך אָנזעטיקן, אָן די איבעריקע קאַלאָריעס.

  13. מײַדט אויס די „ווײַסע‟ שפּײַזן: ווײַסע מעל און ווײַס רײַז זענען פֿול מיט ליידיקע קאַלאָריעס. פֿאַרבײַט זיי אויף ראַזעווער מעל און ברוינעם רײַז. אַ האַרוואַרד־שטודיע פֿון 74,000 פֿרויען האָט אַנטקדעקט, אַז די פֿרויען, וועלכע האָבן געגעסן „טונקעלע‟ (דאָס הייסט, נאַטירלעכע, נישט־ראַפֿינירטע) שפּײַזן מער ווי צוויי מאָל אַ טאָג, האָבן פֿאַרלוירן מער וואָג, איידער די, וועלכע האָבן געגעסן די „ווײַסע‟ שפּײַזן.

  14. בערשט די ציין נאָך יעדער מאָלצײַט, ספּעציעל נאָך וועטשערע: דער פֿרישער טעם פֿון פֿעפֿערמינץ אין מויל וועט אײַך דינען ווי אַ סימן, אַז די מאָלצײַט איז אַריבער, און ס׳איז צײַט צו גיין טאָן אַנדערע זאַכן.