No Place Like Home

אַרוגולע מיט לאָקשן און נאַהיט

Arugula With Pasta and Chick Peas

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

מיט אַ חודש צוריק האָב איך אײַך געבראַכט אַ זיסלעכן אַרוגולע־רעצעפּט מיט בוריקעס. אָט איז אַ מער פּיקאַנט אַרוגולע־מאכל, באַדעקט מיט דינע רעפֿטלעך פּאַרמעזשאַנער קעז.

די בעסטע לאָקשן פֿאַר אַזאַ מאכל זענען די איטאַליענישע — ווי מאַקאַראָני אָדער „פּענע‟ (penne).

אויב איר האָט נישט קיין צײַט צו קאָכן נאַהיט, שווענקט אויס און זיפּט אָפּ נאַהיט פֿון אַ פּושקע.

אַרוגולע־בלעטער זענען זייער געזונט ווײַל זיי האָבן אַ הויכן פּראָצענט פּראָטעיִן, פֿיברע, וויטאַמין K, C, A, פֿאָספֿאָר, קאַלציום און קאַליום.

3 טעפּלעך אַרוגולע־בלעטער

3/4 טעפּל אָפּגעקאָכטע לאָקשן

1/4 טעפּל געטריקנטע פּאָמידאָרן, צעשניטן

1 טעפּל אָפּגעקאָכטע נאַהיט

2 לעפֿל איילבערט־בוימל

2 לעפֿל באַלזאַמישער עסיק

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

פּאַרמעזשאַנער קעז

מישט צונויף די אַרוגולע־בלעטער, לאָקשן, געטריקנטע פּאָמידאָרן, נאַהיט, בוימל, עסיק, זאַלץ און שוואַרצן פֿעפֿער.

ניצנדיק אַ שייל-מעסער, שיילט אָפּ זייער דינע רעפֿטלעך פּאַרמעזשאַנער קעז. מישט אַ העלפֿט פֿון די קעז־רעפֿטלעך אויס מיט די אַנדערע באַשטאַנדטיילן. צעטיילט דאָס אַרוגולע־מאכל אין פֿיר באַזונדערע טעלער און באַדעקט יעדע פּאָרציע מיט די איבערגעבליבענע רעפֿטלעך קעז און נאָך אַ ביסל שוואַרצן פֿעפֿער.