No Place Like Home

וויפֿל אייער אַ וואָך איז געזונט צו עסן?

How Many Eggs a Week Is It OK to Eat?

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

מיט בערך 40 יאָר צוריק האָט די „אַמעריקאַנער האַרץ־אַסאָציאַציע‟ פּובליקירט אַ באַריכט, דערקלערנדיק, אַז מענטשן זאָלן עסן וואָס ווייניקער אייער, ווײַל די געלעכלעך, וואָס האָבן אַ הויכן פּראָצענט כאָלעסטעראָל, קאָנען פֿאַרגרעסערן די סכּנה פֿון אַ האַרץ־ אָדער מוח־אַטאַק. ווי אַ רעזולטאַט, עסן הײַנט אַ סך מענטשן אָמלעטן געמאַכט בלויז מיט די ווײַסלעך.

זינט דעמאָלט האָבן אָבער אַ צאָל קלינישע שטודיעס אָנגעוויזן, אַז דער כאָלעסטעראָל פֿון אייער און אַנדערע פּראָדוקטן, וואָס קומען פֿון חיות, האָבן אַ קנאַפּע ווירקונג אויפֿן כאָלעסטעראָל, וואָס געפֿינט זיך אינעם בלוט בײַ מענטשן.

די „אַמעריקאַנער האַרץ־אַסאָציאַציע‟ פֿאַרדאַמט מער נישט אייער, אָבער זי עצהט יאָ, אַז מענטשן זאָלן נישט עסן מער ווי 300 מיליגראַם כאָלעסטעראָל אַ טאָג (איין איי פֿאַרמאָגט בערך 200 מיליגראַם כאָלעסטעראָל). אינעם פּאַמפֿלעט, Dietary Guidelines for Americans, שרײַבט די פֿעדעראַלע רעגירונג, אַז דאָס עסן 1 געלעכל אַ טאָג „וועט נישט העכערן דעם ניוואָ פֿון כאָלעסטעראָל אינעם בלוט, אָדער פֿאַרגרעסערן די סכּנה פֿון האַרץ־ אָדער מוח־אַטאַקן בײַ געזונטע מענטשן.‟

אין אַ גרויסער שטודיע פֿונעם „זשורנאַל פֿון דער אַמעריקאַנער מעדיצינישער אַסאָציאַציע‟ אין 1999, האָבן די פֿאָרשער אַנטדעקט, אַז דאָס עסן 5־6 אייער אַ וואָך האָט נישט געהעכערט די ריזיקע פֿון האַרץ־ אָדער מוח־אַטאַקן בײַ געזונטע לײַט. אַ צווייטע שטודיע, אינעם „בריטישן מעדיצינישן זשורנאַל‟, האָבן אויך באַמערקט, אַז בײַ ס׳רובֿ מענטשן וועט אַן איי אַ טאָג נישט שאַטן דעם האַרץ.

אמת, דאָס עסן אייער קאָן דערפֿירן צו אַ פֿאַרגרעסערונג פֿון בלוט־כאָלעסטעראָל, זאָגן די פֿאָרשער, אָבער די נערעוודיקע מעלות פֿון אייער — פּראָטעיִן, וויטאַמען B12, ריבאָפֿלאַווין, פֿאָלאַטע און וויטאַמין D, וואָס געפֿינען זיך אין די געלעכלעך, וועגן אַריבער די עפֿעקטן פֿונעם כאָלעסטעראָל.

אייער זענען אַ ספּעציעל־גוטער מקור פֿון פּראָטעיִן פֿאַר די וועגעטאַריער און פֿאַר יענע מענטשן, וואָס עסן די טעג ווייניק פֿליישיקע מאכלים. געוויסע שטודיעס גיבן אַפֿילו אָן, אַז דאָס עסן אַ פּרעזשעניצע פֿאַר פֿרישטיק, וועט בעסער ווירקן אויף אַ מענטשנס אַלגעמיינעם כאָלעסטעראָל־פּראָפֿיל, ווי אַ בייגל אָדער אַ שיסל גרײַפּלעך („סיריעל‟ בלע״ז). בײַ ס׳רובֿ פֿון די קאָמערציעלע גרײַפּלעך געפֿינט זיך אַ הויכער פּראָצענט צוקער.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.