No Place Like Home

געבראָטענער סעלעריע־וואָרצל

Roasted Celery Root

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

1/2־1 לעפֿעלעך קמיניק־קערעלעך (cumin seeds)

1 סעלעריע (celery root), בערך 1/2־2 פֿונט (1.13 קילאָ)

3 לעפֿל איילבערט־בוימל

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער

1 קליינע רויטע ציבעלע

1 טעפּל צעשניטענע פֿרישע פּעטרישקע

לייגט אַ גרויסן בעקן אין אויוון און הייצט דעם אויוון ביז 425 גראַד (218 צעלזיוס).

צעהאַקט די קמיניק־קערעלעך און שיט זיי אַרײַן אין אַ שיסל.

נאָכן אָפּשנײַדן די עקן פֿון אַ סעלעריע, שיילט זי אָפּ. צעשנײַדט די סעלעריע אויף קליינע פֿיר־עקיקע שטיקלעך און מישט זיי אויס מיט די קמיניק־קערעלעך, איילבערט־בוימל, 1 לעפֿעלע זאַלץ און אַ ביסל שוואַרצן פֿעפֿער.

צעשנײַדט די רויטע ציבעלע אויף העלפֿט און דערנאָך — אין דינע רעפֿטלעך.

נעמט אַרויס דעם אָנגעהייצטן בעקן פֿון אויוון, און צעלייגט די צעשניטענע סעלעריע איבערן בעקן אין איין שיכט.

שיט די ציבעלע־רעפֿטלעך אַרײַן אין דער אויסגעליידיקטער שיסל, זיי זאָלן אָננעמען אַ ביסל פֿונעם בוימל און געווירצן. שיט די ציבעלע איבער דער סעלעריע און שטעלט דעם בעקן צוריק אַרײַן אין אויוון.

נאָך 15 מינוט, ווען דאָס געמיש ברוינט זיך שוין צו, מישט עס אויס אַ ביסל און שטעלט עס צוריק אַרײַן אין אויוון. בראָט עס נאָך 10 מינוט, ביז די סעלעריע ווערט ווייך. נעמט עס אַרויס פֿון אויוון און קילט עס אָפּ עטלעכע מינוט, איידער איר מישט אַרײַן די פּעטרישקע און נאָך אַ ביסל איילבערט־בוימל.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.