No Place Like Home

טשאָלנט מיט גערשטן און פֿלייש

Beef and Barley Stew

  • Print
  • Share Share

דער רעצעפּט פֿאָדערט אַן עלעקטרישן טאָפּ (crockpot) — אַ גאָלדענע המצאה, ווײַל מע גיט אין אים אַרײַן אַלע אינגרעדיענטן, מע פֿאָרט אַוועק צו דער אַרבעט, און ווען מע קומט אַהיים — וואַרט אויף אײַך אַ גרייטע מאָלצײַט.

אויב איר האָט נישט קיין עלעקטרישן טאָפּ, קענט איר ניצן אַ געוויינטלעכן טאָפּ, און שטעלן אים איבער דעם קלענסטן פֿײַער אויפֿן אויוון.

2 פּאָרע־ציבעלעס (leeks) 1 טעפּל גערשטן
1/2 פֿונט (680 גראַם) שוועמלעך, צעשניטן
4 שטענגלעך סעלעריע, צעשניטן
6 מערן, צעשניטן
1 צווײַגעלע טימיאַן
1/4־1 פֿונט (566 גראַם) רינדערן פֿלייש אָן ביינער, נישט צעשניטן
4 טעפּלעך יויך
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
כריין, ווי אַ צוגאָב

צעשנײַדט די פּאָרע־ציבעלעס אין דינע רעפֿטלעך, אָבער בלויז דעם ווײַסן און ליכטיק־גרינעם טייל.

לייגט אַרײַן די פּאָרע־ציבעלעס, גערשטן, שוועמלעך, סעלעריע, מערן, טימיאַן רינדערן פֿלייש, די גערשטן, פֿלייש און יויך אין אַן עלעקטרישן טאָפּ.

גיסט אַרײַן 1 טעפּל וואַסער, 1 לעפֿעלע זלץ און 1/4 לעפֿעלע שוואַרצן פֿעפֿער. דעקט צו און לאָז עס קאָכן 8 שעה לאַנג.

דעקט אָפּ דעם טאָפּ. נעמט אַרויס דאָס רינדערן פֿלייש און לייגט עס אויף אַ שנײַדברעט, און צעשנײַדט אָדער צערײַסט עס אויף קליינע שטיקלעך.

צעלייגט דעם טשאָלנט אין באַזונדערע שיסלען און איבער דעם — דאָס פֿלייש. דערלאַנגט צום טיש מיט אַ ביסל כריין.