No Place Like Home

וואַרפֿט נישט אַרויס דעם אתרוג!

Don’t Throw Away That Esrog!

  • Print
  • Share Share

אויף ייִדיש זאָגט מען וועגן אַ זאַך, וואָס האָט נישט קיין ווערט, אַז ס׳איז ווי אַן אתרוג נאָך סוכּות. אַז מע נעמט אָבער אין באַטראַכט, אַז אַן אתרוג קאָסט, צום ווייניקסטן, דרײַסיק דאָלאַר, איז כּדאַי זיך צו דערוויסן וואָס קאָן מען יאָ טאָן מיט דער פֿרוכט, נאָך דעם ווי מע האָט אים אויסגעניצט אויף יום־טובֿ.

אין אַן אַרטיקל אין „טאַבלעט‟ לעצטנס, שרײַבט טאָבי סאָנעמאַן, וועגן פֿאַרשידענע מינהגים אויפֿן סמך פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר. צוליב דעם וואָס די פֿרוכט זעט אויס ווי די ברוסט פֿון אַ פֿרוי, האָט מען עס פֿאַרבונדן מיט ענינים פֿון שוואַנגערן און געבורט. אַ פֿרוי אָן קינדער וועלכע האָט געוואָלט אַ זון, האָט מען געעצהט אָפּצובײַסן דעם פּיטום. אַ טראָגעדיקע פֿרוי, וואָס עסט דעם אתרוג נאָך סוכּות, לויט דער גמרא, וועט האָבן אַ „זיס־שמעקנדיק‟ קינד — מיט אַנדערע ווערטער, אַ געראָטן קינד. און אויב אַ קימפּעטאָרין וויל גרינגער מאַכן די ווייען, זאָל זי לייגן דעם פּיטום פֿונעם אתרוג אונטערן קישן.

שפּעטער איז אַרויסגעוואַקסן אַן ענלעכע אײַנגלייבעניש, אַז מע קאָן לײַכטער מאַכן די ווייען דורך געבן דער קימפּעטאָרין צו עסן אײַנגעמאַכטס, געמאַכט פֿונעם אתרוג. סאָנעמאַן דערציילט, אַז איר באָבע, וועלכע האָט אימיגרירט קיין אַמעריקע פֿון רוסלאַנד, פֿלעגט ווייקן דאָס שאָלעכץ פֿון אַן אתרוג עטלעכע טעג לאַנג, כּדי אָפּצושוואַכן דעם ביטערן טעם, און דערנאָך מאַכן דערפֿון מאַרמעלאַדע פֿאַר פֿרויען, וועלכע האָבן ערשט געהאַט אַ קינד, אַרײַנגערעכנט איר אייגענע טאָכטער (סאָנעמאַנס מאַמע), צו העלפֿן זיי קומען צו די כּוחות.

אַחוץ די פֿאָלקלאָריסטישע אײַנפֿאַלן, זענען אויך דאָ אַנדערע אופֿנים ווי אויסצוניצן אַן אתרוג. ערשטנס, קען מען מאַכן דערפֿון פֿאַרשידענע מינים געטראַנקען. נאָך סוכּות פֿאַרקויפֿט דזשאָן קירקפּאַטריק, אַן אתרוג־פֿאַרמער אין קאַליפֿאָרניע, זײַנע איבערגעבליבענע אתרוגים צו אַ פֿירמע, וואָס מאַכט דערפֿון אתרוג־געווירצטע וואָדקע. אין איטאַליע מאַכט מען אַ ליקער פֿונעם שאָלעכץ פֿון אתרוגים — אַ משקה, וואָס זאַיִדאַ ראובֿן, אַ פֿאַרקויפֿער פֿון לולבֿ־און־אתרוג פּעקלעך אין דאַלאַס, טעקסאַס, רופֿט „אתרוג־שנאַפּס‟, און פּובליקירט אַפֿילו אַ רעצעפּט דערפֿאַר:

ייִדן זענען נישט די איינציקע, וואָס ניצן אתרוגים אין זייערע רעצעפּטן. פֿאַרצוקערטע ציטרינע איז שוין זינט דעם 15טן יאָרהונדערט אַ באַליבט געווירץ פֿאַר טאָרטן און אַנדערע געבעקסן. מע ווייקט דאָס ציטרינע־שאָלעכץ אין זאַלצוואַסער 40 טעג לאַנג, און דערנאָך — אין צוקער־וואַסער.

אין סיציליע צעשנײַדט מען דאָס האַרץ פֿון אַן אתרוג אויף דינע רעפֿטלעך, מע באַזאַלצט עס אָדער באַצוקערט עס, ווערט עס אַ געשמאַקער „נאַש‟. אָדער מע קען זיי אַרײַנבראָקן אין אַ סאַלאַט מיט קימלגראָז (fennel בלע״ז), איילבערט־בוימל, זאַלץ און פֿעפֿער.

אין די פֿאַרצײַטיקע געזעלשאַפֿטן — בײַ בני־ישׂראל ווי אויך בײַ די גריכן, רוימער און הינדויִסטן — איז די גרעסטע מעלה פֿונעם אתרוג געווען זײַן ריח. „ציטרין־בוימל‟ איז געוואָרן אַ לוקסוס — דער אַראָמאַט פֿון קיניגן און רײַכע לײַט. אין די רוימישע צײַטן האָט מען באַצירט דער כּלהס צימער מיט אתרוג־פּאַרפֿום, כּדי אַרויסצורופֿן ליבלעכע געפֿילן פֿון איר חתן.

הײַנט קענט איר אַליין מאַכן אַן אתרוג־געווירצטן בוימל: צערײַבט דאָס שאָלעכץ פֿון אַ ריינעם אתרוג און גיט עס אַרײַן אין אַ גלעזערן פֿלעשעלע. גיסט אַרײַן מאַנדל־בוימל אָדער אַן אַנדער מין בוימל. שטעלט דאָס פֿלעשל אויף אַ זוניק אָרט און צעקלויצעט עס עטלעכע מאָל יעדן טאָג. נאָך 3־4 טעג, לאָזט עס בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור, און ס׳וועט אײַך צו־ניץ קומען אויף פֿאַרשידענע אופֿנים. ווען איר באָדט זיך, גיט אַרײַן עטלעכע טראָפּנס פֿון דעם שיין־שמעקעדיקן בוימל אין דער וואַנע, אָדער גיסט עס אַרײַן אין אַ שפּריצפֿלעשל, און ניצט עס ווי אַ לופֿט־דערפֿרישער אין וואַשצימער.

איר קענט אויך צעשטעכן אַן אתרוג מיט לעכעלעך און אַרײַנשטעקן אין זיי אויסגעטריקנטע נעגעלעך (cloves). ווען דער אתרוג ווערט אויסגעטריקנט, לאָזט עס אַרויס אַ שיינעם ריח, וואָס מע קען ניצן פֿאַר בשׂמים אויף הבֿדלה.

איר קענט אויך פֿאַרפֿלאַנצן אײַער אייגן אתרוג־ביימל. נעמט אַרויס די קערעלעך, וואַשט זיי אויס און פֿאַרפֿלאַנצט זיי אין דער פֿרישער ערד פֿון אַ בלומענטאָפּ מיט לעכער, אַז דאָס איבעריקע וואַסער זאָל קענען אַרויסרינען. האַלט עס אין אַ וואַרעם, פֿײַכט אָרט. אין 4־5 יאָר וועט איר שוין האָבן אײַער אייגענעם בוים פֿון אתרוגים…