No Place Like Home

מוזן שפּיטאָל־פּאַציענטן טראָגן די „אָפֿענע‟ כאַלאַטן?

Must Hospital Patients Wear Open-Back Gowns?

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָבן אַ סך שפּיטאָלן אַרומגערעדט די פֿראַגע, צי ס׳איז נייטיק, אַז דאָקטוירים זאָלן טראָגן די ווײַסע לאַבאָראַטאָריע־„קיטלען‟, און אַ טייל האָבן באַשלאָסן, אַז ניין. אַ צאָל אַנקעטעס פֿון פּאַציענטן האָבן געהאַט אָנגעוויזן, אַז די ווײַסע בגדים שאַפֿן אַ נישט־אײַנגענעם אײַנדרוק פֿון סופּעריאָריטעט בײַ די דאָקטוירים.

איצט האָבן די שפּיטאָלן אָנגעהויבן באַטראַכטן די פֿראַגע, צי זייערע פּאַציענטן מוזן טאַקע טראָגן שפּיטאָל־קליידער מיטן אָפֿענעם רוקן — אַ מלביש, וואָס רופֿט אַ מאָל אַרויס בושה און אומבאַקוועמלעכקייט בײַ די פּאַציענטן, וואָס טראָגן זיי.

„עס זענען דאָ עטלעכע אופֿנים ווי אַזוי שפּיטאָלן טראַוומאַטיזירן די פּאַציענטן, און איינער פֿון זיי איז דאָס צונעמען זייערע קליידער און צווינגען זיי אָנצוטאָן אַ כאַלאַט, וואָס דערנידעריקט זיי, כאָטש אין דער אמתן, איז עס אָפֿט מאָל נישט נייטיק,‟ האָט באַמערקט ד״ר טאַד לי, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון מעדיצין אין מאַק׳גיל אוניווערסיטעט, אין מאָנטרעאָל.

אין אַ נײַער שטודיע האָבן לי און זײַנע קאָלעגעס אויסגעפֿאָרשט וויפֿל פּראָצענט פֿון די שפּיטאָל־פּאַציענטן מוזן טאַקע טראָגן די אָפֿענע כאַלאַטן צוליב זייער געזונט־מצבֿ, און אויך וויפֿל פֿון די פּאַציענטן וואָלטן גיכער געוואָלט טראָגן עפּעס אַנדערשס, ווען מע גיט זיי אַ ברירה.

נאָכן אויספֿרעגן די דאָקטוירים פֿון 127 פּאַציענטן, האָבן זיי אַנטדעקט, אַז 56% פֿון די פּאַציענטן האָבן געמעגט טראָגן די אייגענע קליידער, אָן צו שאַפֿן אַ מעדיצינישע פּראָבלעם, כאָטש בלויז 25% פֿון די פּאַציענטן האָבן דאָס געטאָן. די פּאַציענטן האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז זיי האָבן נישט קיין ברירה.

ד״ר האַרלאַן קרומהאָלץ, אַ מעדיצין־פּראָפֿעסאָר אין דער „יעל־שול פֿון מעדיצין‟, האַלט, אַז אַ סך פּאַציענטן פֿאַרלאָזן דעם שפּיטאָל אין אַ שוואַכן מצבֿ — און ווערן ווידער געבראַכט אין שפּיטאָל מיט אַ נײַער קראַנקייט — ווײַל זייער איבערלעבונג אין שפּיטאָל איז אַ נעגאַטיווע. די ווייטיקן וואָס זיי מאַכן דורך; דער דוחק פֿון פּריוואַטקייט; דער פֿאַקט וואָס פֿרעמדע דאָקטוירים באַקוקן זיי אויף אַ קאַלטן אומפּערזענלעכן אופֿן, קאָנען אַלע טראַוומאַטיזירן דעם פּאַציענט, און במילא אים אָפּשוואַכן און העכערן די ריזיקע, אַז ער וועט ווידער קראַנק ווערן.

איין אופֿן צו פֿאַרבעסערן אַ פּאַציענטס איבערלעבונג אין שפּיטאָל איז אים צו דערלויבן טראָגן זײַנע אייגענע קליידער, האָט קרומהאָלץ געזאָגט. „דאָס וועט שאַפֿן בײַ די פּאַציענטן אַ געפֿיל פֿון ווירדע און אָפּטימיזם, און אויך דערמאָנען זייערע דאָקטוירים און די אַנדערע וואָס פּאַסן אויף אויף זיי, אַז מע זאָל זיך באַציִען צו זיי אויף אַ מער בכּבֿודיקן אופֿן,‟ האָט ער דערקלערט.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.