No Place Like Home

סאַלאַט מיט בוריקעס און אַרוגולע

Beet and Arugula Salad

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

שפּריצבוימל

4 קליינע בוריקעס, נישט אָפּגעשיילטע

1 מאַראַנץ, אָפּגעשיילט

3 טעפּלעך אַרוגולע־בלעטער

3־4 לעפֿל צעהאַקטע וועלשענע ניס

1 לעפֿעלע באַלזאַמישער עסיק

1 לעפֿל רויטער ווײַן־עסיק

1 ציינדל קנאָבל, צעמאָלן

2 לעפֿל איילבערט־בוימל

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד (204 גראַד צעלזיוס). באַשפּריצט די בוריקעס מיט שפּריצבוימל און וויקלט זיי אײַן אין זילבער־פּאַפּיר. לייגט דאָס פּעקל בוריקעס אַרײַן אין אַ בעקן און בראָט זיי אין אויוון בערך 45 מינוט, אָדער ביז זיי ווערן ווייך.

ווען די בוריקעס זענען גרייט, לאָזט זיי זיך אָפּקילן, און שיילט זיי אָפּ (זיי שיילן זיך גרינג אָפּ נאָכן אָפּבראָטן זיי). צעשנײַדט זיי אויף שטיקלעך.

צענעמט דעם מאַראַנץ אויף טיילעכלעך.

מישט צונויף די בוריקע־שטיקלעך, מאַראַנץ־טיילעכלעך, אַרוגולע־בלעטער און ניס אין אַ גרויסער שיסל.

אין אַ באַזונדער שיסעלע קלאַפּט צונויף דעם באַלזאַמישן עסיק, רויטן ווײַן־עסיק, קנאָבל, איילבערט־בוימל, זאַלץ און פֿעפֿער, און באַגיסט מיט דעם די גרינסן.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.