No Place Like Home

די קונסט פֿון גוט שמועסן

Knowing the Art of Good Conversation

  • Print
  • Share Share

מע האָט אײַך פֿאַרבעטן אויף אַ שׁימחהלע שבת־צו־נאַכטס, וווּ עס וועלן מסתּמא זײַן ווייניק באַקאַנטע. איר פּוצט זיך צו אַ ביסל, דערפֿרישט דאָס מויל מיט אַ שווענקעכץ און גרייט זיך אין וועג אַרײַן.

כאָטש איר קוקט שוין פֿון לאַנג אַרויס אויף דעם אָוונט, הייבט אײַך אָן נאָגן אַ זאָרג אין האַרצן: מיט וועמען וועל איך דאָרט רעדן? וואָס קען איך זאָגן אַ פֿרעמדן, וואָס זאָל מאַכן אויף אים אַ גוטן אײַנדרוק?

מיר, אַלע, געדענקען אַזוינע מאָמענטן, ווײַל ס׳איז טאַקע נישט גרינג צו קומען אין אַ זאַל מיט לויטערע פֿרעמדע לײַט. עס זענען אָבער דאָ געוויסע עצות, וואָס קענען אײַך צוהעלפֿן בײַם אָנהייבן אַ שמועס און מאַכן אַ גוטן רושם אויף אַנדערע געסט:

  • נעמט אַ גלעזל ווײַן אָדער אַ טעלערל עסן אין דער האַנט:

ערשטנס, וועט איר האָבן מיט וואָס צו פֿאַרנעמען אײַערע הענט, איידער איר באַקענט זיך מיט עמעצן. צווייטנס, גיט עס אײַך אַ געלעגנהייט אָנצוהייבן אַ שמועס. אויב איר זעט ווי עמעצער נעמט אַ געוויסע פֿרוכט אָדער ווײַן, קענט איר זאָגן: „דאָס זעט אויס גוט…‟ אַזוי קאָן זיך אָנהייבן דער שמועס אַרום דעם פֿרוכט אָדער ווײַן, און דערנאָך זיך פֿאַרקערעווען אויף אַנדערע טעמעס.

  • שטעלט דעם גאַסט פֿראַגעס, אַנשטאָט צו רעדן וועגן זיך אַליין:

אַנשטאָט צו דערציילן אַ גאַסט אײַער גאַנצע ביאָגראַפֿיע, שטעלט אים פֿראַגעס. מענטשן פֿילן זיך געהויבן, ווען מע ווײַזט אַרויס אַן אינטערעס צו זיי. נאָכן פֿרעגן אים ווי ער הייסט, און איר זאָגט אים ווי איר הייסט, קענט איר אים שטעלן אַנדערע אַלגעמיינע פֿראַגעס: וווּ וווינט ער? וואָס טוט ער פֿאַר אַן אַרבעט? פֿון וואַנען שטאַמט ער? אַ גוטע פֿראַגע איז אויך: צי האָט ער שוועסטער? ברידער? צי וווינען זיי אויך דאָ אין שטאָט?

  • הערט זיך צו צו די ענטפֿערס:

אַנשטאָט „אויסצושפּײַען‟ אַ סעריע פֿראַגעס, וואָס האָבן נישט קיין שײַכות איינע צו דער צווייטער, שטעלט פֿראַגעס אויפֿן סמך פֿון זײַנע ענטפֿערס. אויב ער זאָגט, אַז ער איז אַ געשיכטע־לערער, למשל פֿרעגט: וווּ לערנט איר די קלאַסן? אין וועלכער תּקופֿה ספּעציאַליזירט איר זיך?

איר קענט אויך קאָמענטירן אויף עפּעס וואָס ער זאָגט, בפֿרט אויב ס׳איז ענלעך צו אײַער אייגענער סיטואַציע. אויב ער איז אַ דאָקטער, למשל, און איר אַרבעט אין אַ מושבֿ־זקנים, קאָנט איר מסתּמא געפֿינען אַ טעמע, וואָס וועט אײַך ביידן פֿאַראינטערעסירן.

  • ווײַזט אַרויס פֿרײַנדלעכקייט:

אַפֿילו אויב איר פֿילט זיך אַ ביסל נערוועז, פֿאַרגעסט נישט צו שמייכלען. ס׳קלינגט ווי אַ קלייניקייט, אָבער אַ סך מענטשן כאַפּן זיך נישט, ווי אָפֿט זיי גייען אַרום מיט אַן ערנסטער מינע. האָט איר אַ מאָל באַמערקט, אַז ווען איר גיט עמעצן אַ שמייכל, ענטפֿערן זיי אײַך אָפּ מיט אַ שמייכל?

געדענקט אויך פֿון צײַט צו צײַט צו מאַכן אויגן־קאָנטאַקט מיטן צווייטן. געוויסע מענטשן מיינען, אַז ס׳איז צו „חוצפּהדיק‟ צו קוקן אַ מענטשן אין די אויגן אַרײַן און דערפֿאַר וועלן זיי גיכער קוקן אויף זײַן קאָלנער אָדער אויף ד׳רערד, אָבער אין דער אמתן, פֿילן מענטשן, אַז מע נעמט זיי אויף ערנסטער, אויב מע קוקט זיי אין די אויגן. אָבער טוט עס נישט די גאַנצע צײַט, ווײַל דעמאָלט קאָן דער גאַסט זיך פֿילן אַ ביסל אומבאַקוועם.

  • שליסט אויס אײַער מאָבילקע:

געוויסע מענטשן מיינען, אַז זיי וועלן אויסזען מער פּאָפּולער, אויב זיי וועלן בעת אַ שׂימחה רעדן אָדער שיקן טעקסטלעך אויף דער מאָבילקע, אָבער אין דער אמתן ווײַזט עס פּונקט דאָס פֿאַרקערטע: אַז איר פֿילט זיך אומזיכער בײַ זיך, און עס גייט אײַך אין לעבן זיך צו באַרימען: „איר זעט? איך האָב אויך פֿרײַנד!‟

אויב איר מוזט האַלטן די מאָבילקע אָנגעשטעלט, ווײַל איר דערוואַרט אַ טעלעפֿאָן פֿון עמעצן, שליסט אויס דעם קלאַנג און זעט, אַז עס זאָל בלויז וויברירן. למען־השם זאָלט איר אויף דעם טעלעפֿאָן נישט ענטפֿערן בשעת איר שמועסט מיט אַ צווייטן גאַסט, ווײַל דאָס קאָן אים נאָך אָפּשטויסן. ווען איר דערפֿילט די וויבראַציע, וואַרט אַ צוויי־דרײַ מינוט, אַנטשולדיקט זיך, אַז איר דאַרפֿט גיין אין וואַשצימער, און קלינגט דאָרט צוריק דעם נומער.