No Place Like Home

פֿערשקע־שטרויסל

Peach Crumble

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

שפּריצבוימל

1/2־2 פֿונט (1.1 קילאָ) פֿערשקעס, אָן די קערנס

1 לעפֿל קראָכמאַל

4 אונץ (113 גראַם) + 2 לעפֿל צוקער

6 אונץ (170 גראַם) מעל

2 לעפֿל צעמאָלענע לײַנזוימען (flaxseed)

1/4 לעפֿעלע זאַלץ

3 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער, אין קליינע שטיקעלעך

2 לעפֿל מאַסלינקע

הייצט אָן דעם אויוון ביז 375 גראַד (190 צעלזיוס). באַשפּריצט 8 סופֿליי־שיסעלעך מיט שפּריצבוימל און שטעלט זיי אַרײַן אין אַ בעקן.

אין אַ גרויסער שיסל, מישט די פֿערשקעס אויס מיטן קראָכמאַל און 2 לעפֿל צוקער. לאָזט עס שטיין בערך 10 מינוט. לייגט די פֿערשקעס און דעם אָנגעזאַמלטן זאַפֿט אין די 8 סופֿליי־שיסעלעך.

אין אַ באַזונדערער שיסל מאַכט די גאַרנירונג צו די פֿערשקעס:

מישט צונויף דאָס מעל, 1/2 טעפּל צוקער, די לײַנזוימען און דאָס זאַלץ.

שנײַדט אַרײַן די פּוטער, ניצנדיק צוויי מעסער אָדער אַ טייגמישער (pastry blender), ביז דאָס געמיש זעט אויס ווי אַ גראָב מעל. מישט אַרײַן די מאַסלינקע.

באַשפּרענקלט דאָס פֿערשקע־געמיש אין די 8 שיסעלעך מיט דער גאַרנירונג. באַקט זיי אין אויוון ביז עס זעט אויס גאָלדן־ברוין.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.