No Place Like Home

די געזינטסטע פֿרוכטן: גויִאַווע און אַרבוז

The Healthiest Fruits: Guava and Watermelon

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

אַלע ווייסן, אַז פֿרוכטן זענען אַ וויכטיקער טייל פֿון אַ דיעטע, אָבער אַ טייל פֿרוכטן זענען מער נעריק ווי אַנדערע.

אַ גרופּע וויסנשאַפֿטלער, פֿונעם Center for Science in the Public Interest, האָבן לעצטנס צונויפֿגעשטעלט אַ רשימה פֿון די נעריקסטע פֿרוכטן, נעמענדיק אין באַטראַכט וויפֿל וויטאַמין C, וויטאַמין B, קאַליום (potassium), פֿיברע און אײַזן געפֿינען זיך אין יעדן פֿון זיי.

דער „טשעמפּיאָן‟ איז געווען די גויִאַווע (guava), וואָס האָט זייער אַ הויכן פּראָצענט וויטאַמין C, קאַליום און פֿיברע.

אַ צווייטן גאָלדענעם מעדאַל האָט געוווּנען דער אַרבוז, אָדער קאַווענע, וואָס האָט אַ הויכן פּראָצענט וויטאַמין A, וויטאַמין C און אײַזן.

אַנדערע הויך ראַנגיקע פֿרוכטן זענען:

* ראָזעווע גרייפּפֿרוכט

* פּאַפּאַיע

* קיווי

* דינקע

* אַפּריקאָסן

קאָמערציעלע פּראָדוקטן געמאַכט פֿון פֿרוכטן האָבן אָבער אַ סך ווייניקער ווערט. עפּל־קאָמפּאָט, למשל, איז אַ סך ווייניקער געזונט ווי עפּל אַליין. מאַמעס, געדענקט דאָס ווען איר פּאַקט אײַן אײַער קינדס מיטאָג!

דאָס זעלבע איז מיט פֿרוכט־זאַפֿטן. זיי האָבן אַ סך ווייניקער פֿיברע ווי גאַנצע פֿרוכט, וואָס מע עסט צוזאַמען מיטן שאָלעכץ. ווען נאָר מעגלעך, עסט אײַערע פֿרוכטן אַנשטאָט צו טרינקען זיי.

צווישן די אַנדערע פֿרוכטן, וואָס האָבן אַ הויכן פּראָצענט פֿיברע זענען אָזשענעס (שוואַרצע יאַגדעס), באַרן, מילגרוים און מאַלינעס.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.