No Place Like Home

פֿינאַנציעלע עקספּלואַטאַציע פֿון זקנים אַ גרויסע צרה

Financial Exploitation of Elderly a Serious Issue

  • Print
  • Share Share

בערך 5% פֿון די עלטערע לײַט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט מען פֿינאַנציעל באַעוולט, גיט איבער אַ נײַע שטודיע.

די פֿאָרשער האָבן זיך דערוווּסט, אַז בײַ ס׳רובֿ עלטערע לײַט האָט שוין געטראָפֿן, אַז מע האָט בײַ זיי צוגעגנבֿעט אָדער קרום אויסגענוצט זייער געלט אָדער פֿאַרמעגן. דאָס ערגסטע איז, אַז די עוולה זענען אָפֿט מאָל באַגאַנגען זייערע אייגענע קרובֿים.

די שטודיע איז פּובליקירט געוואָרן אינעם נומער פֿונעם 6טן אויגוסט, אינעם Journal of General Internal Medicine.

„אַחוץ דעם וואָס אַזוינע אַקציעס לאָזן אונדזערע זקנים אָן זייער האָב־און־גוטס, באַראַבעווען זיי אויך זייער ווירדע; דער געזעלשאַפֿט קאָסט עס טײַער, ווײַל דערנאָך דאַרפֿן די שטײַער־צאָלער דעקן זייער געזונט־באַדינונג און אַנדערע הוצאָות,‟ האָט באַמערקט דזשייני פּיטערסאָן, פֿון „ווייל קאָרנעל מעדיצינישן קאָלעדזש‟ און איינע פֿון די מחברטעס פֿון דער שטודיע.

עלטערע לײַט זענען אַ גרינגער קרבן פֿון עקספּלואַטאַציע, ווײַל זיי זענען אָפֿט מאָל אָפּגעזינדערט פֿון דער געזעלשאַפֿט אָדער לײַדן אויפֿן זכּרון און אַנדערע מוח־פֿונקציעס, האָבן די פֿאָרשער באַמערקט.

די וויסנשאַפֿטלער האָבן אויסגעפֿרעגט מער ווי 4,000 מענטשן, וועלכע זענען 60 יאָר אַלט אָדער עלטער, און וווינען אינעם שטאַט ניו־יאָרק. בערך 3% פֿון די אינטערוויויִרטע האָבן דערציילט, אַז במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט מען זיי פֿינאַנציעל אָפּגענאַרט, און כּמעט 5% האָבן געזאָגט, אַז מע האָט צוגעלקחנט אָדער פֿאַלש אויסגעניצט זייער געלט במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר.

אין געוויסע פֿאַלן האָט מען זיי געצוווּנגען אָדער איבערגעצײַגט אין גאַנצן אויפֿצוגעבן זייערע פֿאַרמאָג־רעכט; אַנדערע האָט מען גענייט אָדער צוגערעדט אונטערצושרײַבן דאָקומענטן, וואָס ענדערן די תּנאָים אָדער די נעמען פֿון די מענטשן, וואָס האָבן צוטריט צום געלט.

אַ טייל פֿון די זקנים האָבן געזאָגט, אַז אַ צווייטער מענטש האָט זיך פֿאַרשטעלט ווי זיי, כּדי צו באַקומען זייער געלט אָדער באַדינונגען. אַ קליינע צאָל האָט געזאָגט, אַז זיי זענען זייער אָרעם, און באַקומען בכלל נישט קיין שטיצע פֿון משפּחה אָדער פֿרײַנד.

בײַ בערך 60% פֿון די אויסגעפֿרעגטע, האָבן זייערע אייגענע דערוואַקסענע קינדער זיי פֿינאַנציעל עקספּלואַטירט. 17% זענען באַשווינדלט געוואָרן דורך זייערע פֿרײַנד און שכנים, און 15% — דורך באַצאָלטע אויפֿפּאַסער.

די עלטערע לײַט, וואָס פֿאַרלאָזן זיך אויף אַנדערע צו גיין אײַנקויפֿן פֿאַר זיי אָדער צוגרייטן מאָלצײַטן פֿאַר זיי, האָבן געליטן צום מערסטנס, ווײַל אין אַזוינע פֿאַלן האָבן אַנדערע מענטשן אַ גרינגערן צוטריט צו זייערע באַנקקאָנטעס.